בית פורומים כל העולם כולו

וויכטיגע פיגורן וואס האבן אפגעהאקט מיט די זאליס

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-1/5/2006 06:29 לינק ישיר 
וויכטיגע פיגורן וואס האבן אפגעהאקט מיט די זאליס

אין די וואך זינט דער רבי זי"ע איז נפטר געווארן, האבן א רייע אנשים מכובדים אין סאטמאר אפגעהאקט מיט די זאליס און אריבערגעקומען צום רבי'ן שליט"א.

ביטע דאס דיסקוסירן אין דעם אשכול.




דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-1/5/2006 06:36 לינק ישיר 

א צווייטער איז דער אנדערער געטרייער גבאי, הרב שמואל הכהן פריעדמאן שליט"א, וואס האט איבערגעלאזט דעם רבי'ן זי"ע'ס הויז און אריבערגעקומען צום רבי'ן שליט"א, וואו ער האט זיך מתבטל געווען פאר'ן רבי'ן און מקבל מרות געווען, און דערנאך נישט אפגעטרעטן פונעם רבי'ן די גאנצע צייט.

הרב שמואל הכהן האט געשריבן קוויטלעך פאר די צענדליגער טויזנטער חסידים וואס זענען געקומען צום רבי'ן ביי די שבעה, דערמאנענדיג דעם עולם די גליקליכע טעג וואס בית רבינו איז געווען פתוח פאר חסידי סאטמאר בכל מקומות שהם, ווען ר' שמואל הכהן איז געזיצן אויף די זעלבע פאזיציע און געשריבן קוויטלעך.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-1/5/2006 06:33 לינק ישיר 

בראש וראשון איז הרב שלמה זלמן שטיין הי"ו, גבאי נאמן של מרן רביה"ק הכ"מ זי"ע, וואס האט ביז פרייטאג הארט פאר'ן זמן זיך געדרייט אינעם דירה פון רביה"ק זי"ע, אבער נאכ'ן זמן איז ער אריבערגעקומען אין טענט, און במשך דעם גאנצן שבת האט ער מער נישט איבערגעלאזט דעם רבי'ן שליט"א. ער האט באדינט דעם רבי'ן שליט"א מיט אזא געטריישאפט וואס איז באוואונדערט געווארן דורכ'ן ציבור.

נאסטאלגישע געפילן איז ארויפגעקומען ביי יעדן איינעם ווען מען האט געזען ר' שלמה זלמן אויפ'ן טיש ביים טיילן שיריים. עס האט דערמאנט פאר יעדן איינעם די גוטע צייטן ביים רבי'ן זי"ע.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > וויכטיגע פיגורן וואס האבן אפגעהאקט מיט די זאליס
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext