| נשלח ב-2/5/2006 05:42 |
|
| |
חדשים לבקרים: היינט געזען
אין בית המדרש בלא חידוש. איך האב היינט געזען צוויי אינטערסאנטע זאכן אין א ספר, און איך וויל עס מיטטיילן מיטן חשוב'ן עולם. איך האף אז אנדערע וועלן מיר דא נאכטאן, להגדיל תורה ולהאדירה.
|
|
|
|
| נשלח ב-28/11/2008 05:56 |
|
| |
עס איז נישט שייך צו פרעגן פארוואס ביז "ונחמדים לעד", אבער כ'האב געוואלט צולייגן אז פון דעם וואס עטליכע צדיקים האבן עס אויך געהאלטן שפעטער, זעט מען אז דער מכוון איז עס צו האלטן ביז דעמאלט אבער נישט אז דעמאלט דארף מען עס שוין אראפלייגן. נאר פאר מ'לייגט עס אראפ דארף מען עס קושן.
|
|
|
|
| נשלח ב-3/7/2006 17:38 |
|
| |
זייער שיין הרב קרעמער! - קיפ איט אפ פליז...
דער שבט-מוסר ברויך נישט קיין ראיות, אבער כ'האב פונקט לעצטענס געהערט (אפשר גאר אויפן פארק...) אז עפעס א נייע סופערמארקעט האט געוואלט ציען קונדן האבן זיי געטיילט עסן פאר יעדן וואס איז געקומען שאפפינג, אבער האבן איינגעזען אז ס'איז געווען א גרויסער טעות! ווייל אויפ'ן פולען מאגען קויפט מען נישט איין!
|
|
|
|
| נשלח ב-3/7/2006 01:08 |
|
| |
נעכטן געזען אין שבט מוסר, אז מען זאל נישט ארויסרייסן קיין גרעזל פון דער ערד אן קיין שום סיבה, ווייל מען האקט אפ דאס חיות פון דעם מלאך וואס איז געשטעלט אויף דעם גראז.
היינט האב איך געזען אין שבט מוסר, אז ווען מען קויפט איין די מאכלים פאר די סעודות שבת ויום טוב, זאל מען דאס טאן אויפן ליידיגן מאגן, כדי איינצוקויפן מיט א שפע! (און ווען מען קויפט איין אויף א וואכענדיגע סעודה, זאל מען קויפן זאטערהייט).
|
|
|
|
| נשלח ב-30/6/2006 22:25 |
|
| |
לכבוד "זענטער":
לעצטנס לערן איך הלכות תפילין אין ספר כף החיים, האב איך געזען עטליכע ענינים וואס זענען כדאי איבערצוגעבן פארן עולם.
1. מען ברויך צודעקן דעם ארעם מיטן טלית בשעת מען לייגט די תפילין של יד, כדי דאס תפילין לייגן זאל זיין בהצנע (כף החיים סי'' כ"ה סקל"ב בשם שער הכוונות ועוד).
2. אפילו אויב מען זיצט אליינס אין א שטוב, אדער מען טוט אן די תפילין אין א טונקעלע שטוב, ברויך מען זיך אויך איבערדעקן מיטן טלית ביים תפילין לייגן (שם).
3. ווען מען טוהט אן די תפילין של ראש, זאל מען זיך אויך איבערדעקן דעם קאפ מיטן טלית, כדי עס זאל געלייגט ווערן בהצנע (שם).
4. מען זאל נישט אויסטאן די תפילין איידער מען לערנט אביסל אין זיי, "ווייל דער מענטש איז נישט זוכה קונה צו זיין די דריי חלקים פון נפש רוח ונשמה נאר אויב ער לערנט מיט די תפילין" (ראשית חכמה שער הקדושה), ובפרט אויב מען לערנט מיט די תפילין פון רבינו תם (שם סקפ"ט בשם אור צדיקים).
א גוט שבת.
|
|
|
|
|
| נשלח ב-29/6/2006 16:34 |
|
| |
קודם וויל איך בעטן הרב קרעמער שליט"א זאל ביטע ממשיך זיין מיט'ן שיעור. מיר זענען שוין אויסגעטרוקנט...
און די פראגע פון אלוועיס, דער מקור דערפון איז פון מגן אברהם בשם האר"י ז"ל, און דער טעם דערפון איז עפ"י קבלה, זעה סידור חמדת ישראל.
נו, הרב קרעמער שליט"א: וואס האט איהר היינט געזען?
|
|
|
|
| נשלח ב-20/6/2006 02:58 |
|
| |
אפשר האסטו אויך געזען דעם טעם פארוואס טאקע האלט מען די ציצית ביז ונחמדים לעד? און בעיקר, אויב שוין יא, דאן פארוואס נישט אנהאלטן ביז נאך ולעולמי עולמים? וואס עפעס פונקט אט נאך די ווערטער ?
|
|
|
|
| נשלח ב-19/6/2006 15:42 |
|
| |
נעכטן געלערנט אביסל עניני ציצית (כף החיים סימן כ"ה), עס איז אויך ענינא דיומא, מען לערנט פרשת ציצית אין די וואך'ס פרשה, וועל איך אראפברענגן עטליכע ענינים וואס איך האב דארט געזען צוברענגן פונעם שער הכוונות.
1) ביי מהר והבא עלינו זאל מען נעמען אלע 4 ציציות אין די לינקע האנט (בין קמיצה לזרת), און אזוי האלטן ביז ויאמר וגו', ביי ויאמר זאל מען ווייטער האלטן די שרשים פון אלע 4 ציציות אין די לינקע האנט, די רעכטע האנט זאל נאר איבערנעמען די פעדימער פון אונטן!
2) מען זאל האלטן די 4 ציציות מיט ביידע הענט פון ויאמר ה' וגו' ביז נאמנים ונחמדים לעד.
3) מען זאל קוקן אויף די ציצית בשעת מען זאגט די גאנצע פרשת ציצית!
4) ווען מען באטראכט די ציצית, זאל מען זיך אויס'משל'ן כאילו מען פארמאגט די 'תכלת' בלויע פאדים אין די ציצית!
5) ביים זאגן דעם פסוק "ולא תתורו" אחרי לבבכם, זאל מען לייגן די ציצית אויף די אויגן, און דאס קושן (ער ברענגט דארט אויך פון חסד לאברהם אז מען זאל קושן די ציצית יעדע מאל מען דערמאנט די ווארט ציצית, און אזוי איז אויך אונזער מנהג. אין מנהג ישראל תורה ברענגט ער פון קצות השלחן אז דער מנהג איז אויך צו קושן ביי ה' אלקיכם אמת).
---
סגולות פון ציצית
1) אויסער די באקאנטע סגולות פון די גמרא און שו"ע (אז עס היט דעם מענטש פון יצר הרע, ער איז זוכה צו זען די שכינה, וועט האבן טויזנטער עבדים לעתיד לבא, וכדומה), שטייט פון די מקובלים אז עס איז א סגולה אקעגן מזיקים און מלאכי חבלה.
2) ווען א מענטש האט א נסיון פון כעס, זאל ער קוקן אויף די ווינקלן פונעם ציצית, וסימנך: "כנף" בגימטריא "כעס".
3) מען זאל אינזין האבן ביי די ברכה פון ל'התעטף ב'ציצית, אז די ר"ת איז בגימטריא "לב", כמנין די 32 ציצית, וואס זענען אקעגן די ל"ב נתיבות חכמה, און דאס וועט זיין א סגולה אקעגן ציין ווייטאג, ווייל דער מענטש האט 32 ציינער (חסד לאברהם). [איך האב געהערט א רמז דערויף: שנים אוחזין בטלית, 'שיניים' אוחזין ב'טלית'... א טלית איז א סגולה אקעגן צאן וויי].
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-16/6/2006 23:22 |
|
| |
היינט געזען אין מנהג ישראל תורה אז עס איז דא וואס זענען מקפיד צו שלאפן ביינאכט מיט די זעלבע ציצית פון בייטאג, יוצא צו זיין די שיטה פונעם רמב"ם אז א בגד וואס איז מיוחד אויף ביינאכט איז פטור פון ציצית, און זיי ווילן נישט זיין ביינאכט אן די מצוה פון ציצית. (פון אנדערע ספרים ברענגט ער אבער אז עס א בזיון צו דאווענען און לערנען מיט א ציצית אין וואס מען שלאפט ביינאכט, ברענגט ער אבער אן עצה פון איינעם פון די גדולים, אז מען זאל אביסל ארומגיין מיט די שלאף ציצית אינדערפרי, אזוי וועט דאס פאררעכנט ווערן פאר א בגד פון בייטאג אויך [ער שרייבט קלאר ארויס אז עס איז נישט גענוג אז מען פארשלאפט דערמיט ביז אין טאג אריין...]).
|
|
|
|
| נשלח ב-16/6/2006 08:03 |
|
| |
קרעמער
דו טארסט באמת נישט אויסלאזן קיין טאג אן א דבר תורה דא, צי ווייסטו וויפיל אידן דו ביסט מזכה מיט א טעגליכן שיעור און הערן א דבר תורה, וויפיל מענטשן וועלן ענטפערן מיט א רואיגקייט אויף די שאלה פון קבעת עתים לתורה, צוליב דיר (סארי, אייך).
לגבי די ידיעות וואס דו האסט געברענגט איז אינטערעסאנט צי דאס דארף צו ארבעטן אויך היינטיגע צייטן.
(די פליג מעשה קען מען פארטייטשן בדרך אפשר בדוחק אז עס איז געשטארבן אין קאלטע וואסער און עס ווערט צוריק אויפגעלאזט פון די היץ פון די זון, (ווי געשמועסט אין אנדערן אשכול). )
צי קען איך טאקע שפירן דעם חילוק אין טעמפעראטור פון טרערן של שמחה און טרויעריגע. גראדע דאס מיין איך זאגן אויך די היינטיגע אז עס איז בעצם אנדערש.
לגבי אריינגיין אין א טיפן גרוב און זען שטערנס, פארשטיי איך נישט פונקטליך, אבער דאס איז זיכער אז די שטערנס זענען דאך פונקט אזוי אינדרויסן בייטאג ווי ביינאכט, דעריבער עס קען זיין אז דאס מיינט ער צו זאגן, אז פון א טונקעלע פלאץ וועט מען זיי קענען זען אפילו בייטאג.
|
|
|
|
| נשלח ב-16/6/2006 07:28 |
|
| |
איך האב שוין - ליידער - א גוטע 10 טעג נישט געשריבן דא, נישט ווייל איך האב נישט געזען יעדן טאג קיין חידושים נוראים אין די הייליגע תורה, נאר איך בין עפעס נישט אנגעקומען דערצו (מסתמא אן עצת היצר).
היינט האט מיר א גוטער פריינט מעורר געווען דערויף, וועל איך דא מעתיק זיין א ווארט וואס איך האב פריער געשריבן אין אן אנדערן פורום:
עס שטייט א מורא'דיג ווארט אין שפת אמת (דאכט זיך מיר פ' תשא) ער זאגט אז די תורה וואס א איד לערנט אום שבת קודש, איז נישט שולט דערויף קיין שכחה!
טייטשט מען מיט דעם: זכרו תורת משה - ווילסט געדענקן דאס לערנען? במצות שבת גרוסה - לערן דאס בעצם יום השבת.
|
|
|
|
| נשלח ב-5/6/2006 20:07 |
|
| |
איך האלט יעצט ביי פרק י"א אין שבט מוסר, איך טרעף דארט ידיעות נפלאות אזש נבהל ונשתומם צו ווערן.
צווישן אנדערע:
פאר א ביס פון א בין, לייג ארויף שמוץ פון די אויער און עס וועט זיך אויסהיילן!
א פליג וואס שטארבט אין וואסער, לייג עס אויפן זון, גיס ארויף דערויף אביסל אש, און עס וועט לעבעדיג ווערן!
טרערן פון פרייד זענען קאלט, טרערן פון טרויער זענען הייס (הייסע טרערן!)
די סיבה פארוואס טרערן זענען זאלציג, ווייל אויב נישט וואלטן מענטשן נישט אויפגעהערט וויינען, און וואלטן ח"ו בלינד געווארן.
הייסע וואסער וועט שנעל קאלט ווערן אויב דו לייגסט דאס אקעגן די זון!
אויב א מענטש וועט אריינגיין אין א טיפע גרוב, אפילו אינמיטן טאג, און קוקן אויפן הימל, וועט ער זען שטערנס!
ועוד ועוד ועוד ועוד, כאפט א בליק אינעווייניג, איר וועט זיכער הנאה האבן.
|
|
|
|
| נשלח ב-4/6/2006 15:50 |
|
| |
אנעקדאטן פונעם יו"ט שבועות:
א מדרש ילקוט אז בועז איז נפטר געווארן יענעם נאכט וואס ער האט חתונה געהאט מיט רות! זי איז נתעבר געווארן מיט עובד, און ער איז נפטר געווארן. און דאס איז דער פשט פארוואס נעמי האט אזוי שטארק צוגעשטופט רות'ן, זאגנדיג: אויב נישט היינט, איז פארפאלן!
המשך יבא אי"ה
|
|
|
|
| נשלח ב-31/5/2006 06:17 |
|
| |
היינט געזען אן אינטערסאנטן זאך אין שבט מוסר (פרק י' אות כ"ד) אז א יעדן גוי וועט מען שמייסן אין גיהנום אויף דעם וואס ער האט זיך נישט פאראינטערסירט אין די געזעצן פון תורת משה!
|
|
|
|
| נשלח ב-29/5/2006 02:33 |
|
| |
היינט געזען אין סידור היעב"ץ ביי הלכות נשיאת כפים, אז דער יעב"ץ האלט קלאר אז ביים דוכן'ען זאל מען זיך נישט איבערדעקן דעם פנים מיטן טלית! נישט די כהנים און נישט דאס פאלק! יעדער זאל שטיין פנים כנגד פנים צו די כהנים! (ער דרוקט זיך אויס שארף אקעגן די וואס האבן מורא פון בלינד ווערן דורך קוקען, זאגנדיג אז זיי זענען בלינדע מוחות וד"ל).
|
|
|
|
| נשלח ב-28/5/2006 07:30 |
|
| |
איך האב היינט געזען א דבר פלא, וואס איז אויך ענינא דיומא.
דער רמב"ם (אין הל' חנוכה) האלט אז ראש חודש און די אנדערע טעג וואס מען ענדיגט נישט הלל, זאל מען אויך אויסלאזן "הללו את ה' כל גוים" און "הודו לה' כי טוב" ביז מן המצר!
|
|
|
|
|