שוין די לעצטע מער ווי צען יאר וואס די מתנגדים פארקויפן יאוונע וזאוונע, אז דער סיגעטער האט אין די שווייץ ח"י שלמים. דער חשבון איז געווען, ווייל ער מאכט דאך א יאר א מיליאן דאלאר פון קוויטלעך, און שוין אכצן יאר, מילא האט ער אכצן מיליאן דאלאר אין שווייצער בענק. מען האט מיט די שונאי רבינו נישט געקענט האבן קיין אפיר, ווייל זיי האבן געברענגט קראנטע מקורות. "מיין ברודער האט מיר געזאגט אז ער ווייסט עס אויף זיכער", "יחזקאל בראך פון ב"פ, ער ווייסט אביסל וואס טוט זיך, ער האט מיר קלאר געזאגט אז ס'איז אזוי". די מתנגדים פלעגן אלעמאל שמועסן אז ער האט געבעטן א רעיס וכו' וכו'.
היינט קומט דער רבי שליט"א, און דארף נעבעך ביים הקמת המציבה אפלייקענען א שקר גס וכזב. קודם האט דער רבי דאס גאנצע געהאלט אוועקגעטיילט פאר צדקה. און ער האט נאכדערצו געטיילט א געוואלד צדקה פון וואו ער האט געקענט.
און דאס איז געקומען פון א מענטש וואס האט אליינס געהאט א גרויסן שטוב אויפצוהאלטן. אין די גוטע צייטן פלעגט יעדעס אייניקל באקומען געהעריגע וועידזשעס פונעם זיידן, ארום 300 דאלאר א וואך. חוץ דעם וואס א רבישע ווערטשאפט קאסט אפ ממון ודמים יעדע וואך עקסטער.
אונזער הייליגער רבי זי"ע איז געווען א געהויבענער מענטש, פונקט ווי די געהויבענע צדיקים פון וועלכן מיר ליינען אין די סיפורי צדיקים, וועלכע האבן אוועקגעטיילט זייערע פארמעגנס פאר צדקה. מיר האבן ליידער נישט געהאט די שכל ריכטיג אפצושאצן זיין צדקות.
 |
|
|