בית פורומים כל העולם כולו

צוואה פון רביה"ק מסאטמאר זי"ע, דורך הגה"צ אב"ד סאטמאר-מאנטשעסטער שליט"א

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-2/5/2006 22:54 לינק ישיר 
צוואה פון רביה"ק מסאטמאר זי"ע, דורך הגה"צ אב"ד סאטמאר-מאנטשעסטער שליט"א

[לתועלת הענין ווערן צוזאמגעשמאלצן ביידע אשכולות].



סימןטוב:

די "הייליגע צוואה" פון דעם רבן של ישראל, דער חכם עדיף מנביא, כבוד קדושת אדונינו מורינו ורבינו מחמד עינינו, הגאון הקדוש בעל ברך משה זכותו יגן עלינו ועל כל ישראל, וואס ער האט איבערגעגעבן פאר ידיד נפשו עוז, האי חסיד, האי צדיק, האי עניו, הגאון הצדיק המפורסם בן של צדיקים וקדושים רבי ישראל חיים הורוויץ שליט"א אבדק"ק סאטמאר-מאנטשעסטער.

---------------------

"מורי ורבותי, איך קען ענק נישט זאגן ווי שווער עס איז, ס'איז ממש אָן א כוחות די קומענדיגע ווערטער. ס'איז דא א פּסוק "נפשי יצאה בדברו", ס'איז נישט קיין מליצה און ס'איז נישט קיין גוזמא, נאר ס'איז א זאך וואס איז נישט בידי, איך בין א שליח קודש פון אונזער רבי'ן זכרונו לברכה. א שליח קודש פון קרוב צו צען יאר, עטס קענטס ענק נישט פארשטעלן וואס כוחות דאס האט געקאסט וואס מ'קען נישט ארויסזאגן, דער רבי האט אנגעזאגט אז מען זאל עס נישט ארויסזאגן ביז לאחר אריכת ימיו ושנותיו.
 
איך וועל זייער אכטונג געבן צו זאגן די זאך ווי מילדער ס'קען זיין. הלואי וואָלט עס נישט אויסגעפעלט צו זאגן. איך מוז אויך זאגן, אפשר איז עס נישט אויסגעהאלטן אזוי צו זאגן, הלואי וואלט איך נישט געווען דער שליח, אבער ס'איז א זאך וואס איך בין נישט בכח געווען אפצוזאגן. איך גיי ענק איבערגעבן ווערטער וואס דער רבי זכרונו לברכה האט מיר געבעטן איבערצוגעבן.

איך שטיי דא אין א מקום קדוש, מ'לעבט דאך היינט אין א עולם השקר, מוז מען ליידער מאכן די הקדמה, איך בעט אז יעדער איינער זאל פארשטיין אז אונז זעמיר נישט קיין אידן וואס מען טרויעט זיך קעגן רבי'ן ז"ל - דהתם קאימנא - און אין אזא מקום קדוש, אזא קודש קדשים, צו זאגן א גוזמא פון אן אויסדרוק, נאר ווארט ביי ווארט אזויווי דער רבי ז"ל האט געזאגט. נאר איך וועל עס פרובירן צו זאגן ווי מילדער, דאס הייסט תנא ושייר, פרובירן אפאר ווערטער אויסצולאזן, ס'זאל נישט זיין אזוי שארף ווי דער רבי האט מיר אליינס געזאגט.

איך בין געווען אין שטוב לאדענען צו די חתונה פון איינע פון מיינע קינדער, ביים ארויסגיין האט דער רבי געזאגט "קום אריבער שטילערהייט". כ'האב געמיינט אפשר וויל זיך דער רבי זיך משתתף זיין מיט די הוצאות החתונה, ווייל ביים פריערדיגן קינד איז טאקע אזוי געווען. אפשר האט ער נישט געוואלט יעצט בפני
[כל הקהל], ס'איז געווען א ציבור וואס איז מיטגעקומען, מיין טאטע זאל זיין געזונט, מיין שווער, מיין מחותן דער ספינקער רבי זאל זיין געזונט, און זיין שווער, ס'איז געווען א גאנצע... האב איך אזוי געטראכט, אפשר וויל עס דער רבי בדרך כבוד.
 
איך בין אפאר טאג שפעטער ארויפגעקומען צום רבי'ן.

- - - - - - - -

האט דער רבי געזאגט אזוי:

"טו א קוק".

ס'איז געווען א חתם סופר אויפ'ן טיש, א דרשות חתם סופר - - -  האט דער רבי געזאגט, "טו א קוק", ער האט אויפגעהויבן דעם חתם סופר און ער האט עס מיר געהייסן האלטן. דאס רופט זיך א נקיטת חפץ. האט דער רבי געזאגט אזוי "הייב עס אויף, השמר והזהר ביז אחר אריכת ימים ושני, נישט פאר מיינע, נישט פאר דיינע דערציילן."

איך האב מיר אויפגעשריבן, איך זאג דעם אמת דאס איז מיין כתב, דער רבי האט נישט געשריבן, איך האב נאר אויפגעשריבן, איך וויל עס געדענקען, איך וועל אויסלאזן אפאר ווערטער אזויווי איך האב פריער געזאגט, ווייל איך קען נישט זאגן אזוי שארף, אבער וואס איך זאג איז יעדעס ווארט, יעדעס אות לשון קדשו, איך בין מקיים חייב אדם לומר בלשון רבו.
 
[
דא בעט אים איינער פון די ראשי הקהלה ער זאל נישט אויסלאזן,
 
נישט אויסלאזן? וועמיר זען, מען דארף האבן כח צו זאגן יעדעס ווארט].

- - - - - - -

"איך בין ארומגערינגעלט", איך לאז דערווייל אויס אפאר ווערטער,
"איך קאן עס נישט באגרייפן וואס ווילן זיי פון מיין רבי אהרן, זיי וואלטן אים איינגעשלונגען, זיי ווילן נישט ער זאל זיין, און איך וויל נאר אזוי."
 
האב איך געפרעגט דעם רבי'ן וועם מיינט דער רבי, להוי ידוע דאס איז שוין אסאך יארן צוריק, און איך האב נישט געוואוסט וואס דער רבי מיינט, האט דער רבי געענטפערט "אלע, אלע!"

דער רבי איז געווארן זייער היסטעריש, ער איז געווארן זייער רויט, איך האב געפילט אז עס גייט עפעס נישט, האב איך מיר מורה היתר געווען און כ'האב געפרעגט, איך מעג אפשר מפסיק זיין דעם רבי'ן? האב איך געזאגט פאר'ן רבי'ן, ס'איז געווען תש"ל, מיין זיידע איז געוווען דאהי אין אמעריקע, איז רבי אהרן ארויפגעקומען אין שטוב נעמען שלום. ווען ער איז אהיימגעגאנגען פרעג איך מיין זיידן "וואס זאגט דער זיידע צום סיגעטער רב'ס זון?", האט מיין זיידע געענטפערט, "וואס איך זאג? דער עצי חיים מאכט א רקידה אין הימל!
(נאכאמאל) וואס איך זאג? דער עצי חיים מאכט א רקידה אין הימל!".
 
איך האב ב"ה זוכה געווען, איך האב מיך געקויפט עולם הבא דעמאלט מיט'ן רבי'ן, וויאזוי דער רבי האט, די אויגן האבן אים געגלאנצט. אברך את ה' אשר יעצנו.

אבער דער רבי איז געווען שוואך, זייער שווער עס צו זאגן - - -  און דער רבי האט זיך גענומען יעצט פון מיין זיידן, אזויווי איך האב גערעדט פון מיין זיידן האט דער רבי גענומען דערציילן א מעשה וואס איז געווען שטארק מרגלא בפומי' צו דערציילן, ווען מ'איז פריי געווארן פון מיליטער, געזאגט די מעשה פון אנהויב ביז צום סוף, און דער רבי געזעגנט מיך, דער אויבערשטער זאל העלפן מען זאל זיין געזונט, און און ס'ענדיגט זיך.
 
נאכאמאל ס'איז שווער צו זאגן, מ'איז דאך געווען שוואך, האב איך געפילט ס'איז דאך נישט קיין יושר, דער רבי האט מיך דאך גערופן און ער הייבט דאך אן עפעס צו זאגן דברים כדרבונות, וועל איך דערמאנען דעם רבי'ן, האב איך דערמאנט דעם רבי'ן "דער רבי האט דאך עפעס געוואלט זאגן וועגן רבי אהרן", האט דער רבי ווייטער אנגעהויבן, יעצט שרייב איך מיך ווייטער.
 
"איך ווייס נישט וואס זיי ווילן פון אים, ער איז דאך פון קינדווייז אן אזוי אפגעהיטן. וואס ווילן זיי פון אים? וויל איך דיר זאגן:" דער רבי האט מיר געזאגט אויף איינעם, איך האב א ספק צי ס'איז לפי כבודו, איינעם פון די קרובים פון רבי'ן ז"ל וואס איז אויף דער עלטער געווארן שוואך און האט פארגעסן, האט מיר דער רבי געזאגט, "ער האט אויך אנגעהויבן צו פארגעסן, איך האב מורא אז איך פארגעס, איך מורא איך וועל אליינס זאגן אנדערש ווי איך זאג."

איך מוז איבערזאגן די ווערטער, "איך האב מורא איך פארגעס, איך האב מורא איך וועל זאגן אליינס אנדערש ווי איך זאג."

"איך האב עס געזאגט פאר רבי נפתלי'ן אויך", איך האב נישט געכאפט פונקטליך דעמאלט וועמען דער רבי מיינט, איך האב נישט געכאפט דעמאלט אז ר' הירצקא, הר"ר הירצקא צוויבל פלעגט דער רבי רופן ר' נפתלי. איך האב נישט געוואלט איבערפרעגן וועמען דער רבי מיינט, אבער ס'איז מיר שוין אויסגעקומען במשך הזמן.
 
"איך האב עס געזאגט פאר אים אויך, איר זאלט ביידע געדענקען צו זאגן, על פי שני עדים יקום דבר, ועמדו שני האנשים."
 
א וואך שפעטער בין איך אהיימגעפארן אויף ארץ ישראל, איך האב דאך נישט געוואלט אז מיינע קינדער זאלן וויסן, האב איך געמוזט מאכן א יוצא מן הכלל, איך בין זיך געגאנגען געזעגענען, איך האב געזאגט עפעס א תירוץ פאר מיינע קינדער, איך בין מיך געגאנגען געזעגענען אליינס, ווייל איך האב נאך געוואלט עפעס איבערפרעגן, אז דאס וואס דער רבי האט געזאגט וועגן רבי נפתלי, האט מיך דער רבי נישט געלאזט אויסרעדן, "מען וועט ענק גלייבן!" שוין, האב איך נישט געקענט ממשיך זיין.
 
עד כאן דבריו הקדושים.
 
איך בין ממש אָן א כוחות אז איך האב דאס געדארפט זאגן, ס'איז נפשי יצאה בדברו, און איך האב נישט קיין שום היתר, איך בין נישט געגאנגען פרעגן קיין שאלה, איך האב געהאפט ס'וועט קיינמאל קומען דערצו אזויווי יעדער האט געהאפט אז די ענינים וועט נישט זיין, ס'וועט זיין להלכה ולא למעשה, אבער אז ס'האט אזוי פאסירט. - - - -

------------------

מיין זיידע ז"ל אין דעם בריוו וואס ער שרייבט אויף די התמנות פון רבי'ן ז"ל דער ברך משה, שרייבט אויך די ווערטער "אמרנו בצלנו נחי' בגוים אבל כעת בעוה"ר שלא זכינו לזה, איז דא א צורך להעמיד במקומו איש על העדה.
 
דא, דאס להעמיד במקומו איש על העדה דארף מען נישט זאגן, און ווער דער איש על העדה דארף מען אויך נישט זאגן, און ווער דער איש איז דארף מען אויך נישט זאגן, ס'איז גארנישט לפי כבודו הגדול אז אונז זאל מיר זאגן שבחים. נאר דאס האב איך געפילט מוז איך איבערזאגן.

דער באשעפער זאל העלפן מען זאל מיך היטן מכל עקתין בישין, פון בעלי בחירה, דער אויבערשטער זאל אונז אלע העלפן מיר זאלן זיך שטענדיג צוזאמקומען טאקע במחיצתו פון רבי'ן זאל זיין געזונט, און דער רבי זאל נעמען אויף זיך מתפלל צו זיין, אזויווי ר' בערל דער ראש הקהל האט פריער דערמאנט, אם קטן אתה בעיניך ראש שבטי ישראל אתה, דער רבי זאל נעמען אויף זיך דעם ענין פון מתפלל צו זיין פאר אידישע קינדער.

אלע הרבצת התורה און אלע דרשות ווייסט מען דאך, דער רבי זאל וויסן אז ס'ליגט אויף אים אז ווען א איד איז צעבראכן און ער גיסט זיך אויס דאס הארץ און ער איז מאמין אז די תפילות פון אן ערליכן איד איז עושה רושם, זאל דער רבי נעמען אויף זיך, ער זאל מתפלל זיין פאר אונז.
 
מיר זאלן שוין אלע האבן די זכי' צו זען צוריק דעם רבי'ן כשיעמוד לתחי'.

איך וועל זאגן א זאך וואס פאסט אין אזא געלעגנהייט צו זאגן, מיין זיידע ז"ל האט געזאגט אז דער רבי ז"ל דער דברי יואל האט אמאל געזאגט אין ארשיווע, שאל מאן דבעי, אלע צדיקים האבן דאך געזאגט וואס בעט מען, יעדער כדרכו בקודש, האט מיין זיידע געזאגט אז דער רבי ז"ל האט אמאל אין ארשיווע געזאגט, אז דער אויבערשטער איז מיט אונז בעט מען ער זאל בלייבן מיט אונז, דער רבי איז דאך יעצט מיט אונז, דהתם קאימנא, בעט מען אז דער רבי ז"ל זאל בלייבן מיט אונז. ער זאל בלייבן מיט אונז און אונזערע קינדער, ווי לאנג דער רצון ה' איז מ'זאל בלייבן אין גלות זאל מען זיך קענען האלטן פעסט.
 
זאלמיר זוכה זיין אלע אינאיינעם קעגן צו גיין דעם גואל צדיק ומלכינו בראשינו בב"א.


תוקן על ידי - כל_העולם - 02/05/2006 22:55:41



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-8/5/2006 22:10 לינק ישיר 

ביז_אהער, די מעשה האט פארציילט כ"ק אדמו"ר ר' אביש שליט"א מספינקא פאר'ן דיין ר' געציל בערקאוויטש שליט"א אין קרית יואל, ביי די הספדים אין ביהמ"ד הגדול קרית יואל.

דאס איז דער זעלבער ספינקער רבי וואס איז אנוועזנד געווען, ווען דער רבי שליט"א האט געזאגט פאר'ן ראחובער רב ער זאל צוריקקומען אליינס, ווייל ער וויל עפעס איבערשמועסן מיט אים.

עס איז געווען ביי די לוי', נישט ביי די ניחום אבלים. דער רבי זי"ע האט געפרעגט פארוואס מען רופט נישט אויס קיין ממלא מקום. ווען מען האט אים מסביר געווען אז מען האט עס נאכנישט מסדר געווען האט דער רבי געזאגט פאר משה: "משה, דו ווייסט דאך גענוי וואס איך וויל. אלזא, ביי מיר זאל מען נישט ווארטן, נאר מען זאל אויסרופן תיכף ביי די לוי' וואס מיין רצון איז, אז ר' אהרן זאל זיין מיין ממלא מקום." תוקן על ידי - ווארהייט - 08/05/2006 22:17:02



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-8/5/2006 21:47 לינק ישיר 

נאך אזאך פארוואס יעדער קען זעהן אז די צואה וואס אהרן מאיר לאבין האט געשריבען פאר רבינו שליט"א איז נשיט אמת.

אין דער איד די וואך אזי דא א "כתב יד" פון רבינו זצ"ל אז די ברך משה באליינגט פאר ליפא, און די בריוו איז אויך תשס"ב א האלב יאר "שפעטער" פון זלמן לייב'ס צואה, איז פארוואס האט רבינו זצ"ל נישט דעריבען די צואה בכתב יד, וואס איז 1000 מאל וויכטיגער ווי ליפא לו ולזרעו אחריו?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-5/5/2006 22:34 לינק ישיר 

לפענ"ד איז מאיר שטערן געווען א געוועלדיגע מחוצף פאר'ן רבי'ן, ווי אזוי האט ער זיך נישט געוואגט צי פרעגן דעם רבין בפניו צי ער איז אין קלארן דעת
און נאכדעם זען מיר אונץ ארונים געווען מחוצפים.......



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-5/5/2006 21:50 לינק ישיר 

איינער האט מיר אנגעמערקט א מורא'דיגן פוינט, אז דער רבי ז"ל שרייבט אויף די געפעלשטע צואה, וואס איז געווען געטייפט, "כותב" וחותם !!!. נאך א ראי' אויף "דעתו הצלולה".



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-5/5/2006 07:51 לינק ישיר 

עפעס א מעשה דרייט זיך ארום אין שטאט, אז כ"ק אדמו"ר רבי בעריש מספינקא שליט"א פארציילט אז ווען די רבי ז"ל ברך משה
איז געגאנגען מנחם אבל זיין האט ער געפרעגט ווער ס'איז ממלא מקום, האט מען אים געזאגט אז
מ'האט נישט אויסגערופן ביי די לוי', האט ער צוגערופן משה גבאי און געזאגט, "ביי מיין לוי' זאל
מען אויפן פלאץ אויפנעמען ר' אהרן פאר רבי".
איז עס אמת? וואס זאגן די אנדערע ספינקער רעביס? תוקן על ידי - כל_העולם - 08/05/2006 22:06:29



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-4/5/2006 01:46 לינק ישיר 

דא קענט איר הערן די דרשה פון הרה"ג ר' נפתלי הירצקא צוויבל שליט"א

ביים גענעראל פארזאמלונג ד' תזו"מ תשס"ו בבית מדרשנו המפואר



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-3/5/2006 23:25 לינק ישיר 

יעדער ווייסט - (ועדותם יענקל כהנא (דעלמאטס) ובערל פר"מ) - אז דער רבי זי"ע האט אויפגענומען רבינו שליט"א פאר רב (הצעיר כדומה) אויף גאנץ סאטמאר
גייענדיג בדרך אבותיו הקדושים

איז געקומען דער בעל דבר אליין און זיך געזעצט אויפן רבי'ן זי"ע משה פרמ וכת דיליה און געהעצט יענם זונטאג א גאנצן טאג דעם רבי'ן

(ווער עס וויל וויסן וויאזוי די שודערליכע פייניגונגען זענען צוגעגאנגען זאל הערן די דוד עקשטיין גוי טעיפ... איך האב עס אמאל געהערט און טרערן איז מיר געקומען מ'הערט משה שרייען אויפן רבין קולי קולות און אברהם ווידער טרייעט צו בארואיגן דעם רבין אז ס'איז שקר און דער רבי בארואיגט זיך אביסל און דער רשע מאכט קולות ווייטער און דער רבי ווערט שרעקליך דערהיצט... )
 
אזוי האט ער יענעם זונטאג געפייניגט דעם רבי'ן אז ביינאכט ווען די ראשי הקהלה זענען געקומען צו אים מכתיר זיין דעם היינטיגן רבין פאר רב (הצעיר וכדומה) איז דער רבי געווען אינגאנצען צומישט רח"ל און האט נישט געוואוסט וואס צו זאגן דעריבער האט מען געהערט וואס וועט זיין מיט די ישיבה...

צום סוף האט ער געזאגט אז קהל האט א כח פון א בית דין...  וד"ל...

תוקן על ידי - פאטאקי08 - 03/05/2006 23:40:38



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-3/5/2006 21:32 לינק ישיר 

אכן נודע הדבר !
יעצט פארשטייט מען שוין פארוואס רביה"ק האט באפוילן פאר רבינו שליט"א ג' פנחס נ"ט צו זאגן אז "ווער עס טשעפעט משה גבאי איז פונקט ווי מען טשעפעט אים אליין". מיר האבן גארנישט געוואוסט, אבער ווייזט אויס אז פאר יעדן פאטש און שטויס וואס משה גבאי האט געכאפט, האט ער געגעבן א שטויס פארן רבי'ן זי"ע ! נישט אומזינסט האט רביה"ק זיך געבעטן אז "מיר זענען ביידע אין געפאר !!!".



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-3/5/2006 21:26 לינק ישיר 

יעצט גייט דער ספינקער רבי שליט"א אויך ווערן א נוא*



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-3/5/2006 21:14 לינק ישיר 

Just For The Record

די מעשה מיט'ן ראחובער רב שליט"א און יבלחט"א רביה"ק זי"ע איז פארגעקומען י' תמוז תשנ"ו. נישט תשנ"ז.

אפאר טעג פארדעם ז' תמוז האט דער ראחובער רב חתונה געמאכט א קינד. זיין מחותן איז געווען כ"ק אדמו"ר רבי אביש מספינקא שליט"א.

אפאר טעג פאר די חתונה זענען די צוויי מחותנים מיט די קינדער אריינגעגאנגען צום רבי'ן. ביי יענע געלעגנהייט האט דער רבי געבעטן דעם ראחובער רב ער זאל זיך צוריקקערן אליינס, ווען ער האט א געלעגנהייט. אלע אנוועזנדע האבן דאס געהערט פון רבי'נס מויל, און דער ספינקער רבי שליט"א זאגט עדות דערויף.




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-3/5/2006 20:26 לינק ישיר 

די עיקר שכחתי דרשה איז אבער די בעסטע.

מ'מאכט א ריזיגע הכתרה.
דער רבי איז מורא'דיג העפי... מ'קרוינט זיין זון.

אבער.. ווען ס'קומט צו רעדן.. איז עיקר שכחתי...

דאס איז אויך דא אויף טעיפ.
און דאס צייגט גענוי וואס דער רבי האט געוואלט.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-3/5/2006 19:54 לינק ישיר 

אחת למטה דער הייליגער קדושת יו"ט מיט זיין הייליגן אייניקל בעל ברך משה זצ"ל האבן ביידע געלאזט צוואה "בעל פה" פאר די ראשי הקהלה וועם מען זאל אויפנעמען ביטע זיך האלטן צו די פאקטן און בנוגע די ניוול וואס דו אין דיינע חברים צייכענען זיך אויס, קען איך דיר נאר זאגן, אז אין בעלוויו איז דא א ספעציעלער אפטיילונג פאר סעקשועל פרעדעטארס ווי דו און דיינע שותפים הלא הוא סיני טייטלבוים, יוסף יוחנן לאנדא, מענדל בינער, שמואל ישעי' פריעדמאן, שלום יוסף דייטש, ובראשם דער מנוול הגדול משה לייב [דער סעפאראטירטער דערווייל נאך נישט גע'גט] דייטש, ועל צבאם, לו דומי' ... יעקב בער טייטלבוים און אלץ הלכות גילוי שבשלחן ערוך היידפארק וועל איך ניטאמאל זאגן ווער זיי זענען און אוודאי נישט וועלעכע ניקס זיי נוצן, און אפילו נישט אויב זיי שרייבן אליין, אדער זאגן פאר אנדערע צו שרייבן, נאר ווער עס קען זיי, און הערן וואס זיי רעדן אין מקוה, אין קאווע שטיבל און די ארבעט, דערקענט די ווערטער אויף היידפארק מקור מוצאם



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-3/5/2006 19:39 לינק ישיר 


רעדנדיג,

1) ווען האסטו דאס געהערט פון רבי'ן פאר די אכציג יאר? און אפילו אויב ער האט עס געזאגט, ער האט דעמאלס נישט געוואוסט וואספארא תכשיט ער פארמאגט. ער האט נישט געהערט די שיינע דרשות (ואשיבה חורפי דבר, לאנגע שארטקאטס, מחוצפים רעדט מען אן אנדער שפראך, וכו' וכו' וכו'), ער האט זיך נישט פארגעשטעלט אז דער בעל דבר וועט אויספויקען אויפן גאס "די טאטע קאלעכט", ער האט נישט געוואוסט אז די אלע געוואלדטאטן אין קרית יואל זענען מיט דעם יעניגען'ס גוטסהייסן. אשר על כן איז זייער מעגליך אז ווען מ'האט אים מיטגעטיילט וואספארא אויבי איש אנשי ביתו ער האט, האט ער שנעל געוואלט ראטעווען די מוסדות פון בעל ויואל משה פון אינטערגאנג און איינגעטיילט די רעביסטעווע.

2) אין סיגעט האט דער יטב לב בחיים חייתו איבערגעגעבן  די רבנות פארן קדושת יום טוב. דער קדושת יום האט בחיים חייתו געזאגט בפומבי פאר אלע טובים אז מ'זאל אויפנעמען דעם עצי חיים. דער עצי חיים איז אוועק זייער יונג און נישט געהאט קיין געלעגענהייט צו רעדן וועגן א ממלא מקום. ר' זלמן לייב הי"ד איז אויפגענומען געווארן בלב אחד דורך אלע סיגעטע תושבים וואס האבן אים געוואלט טראץ זיין יונגן עלטער.

דא ביי אונזער פרשה איז אבער דא א טעיפ מפורסם ווי ר' אהרן פרובירט אריינארן דעם טאטן ז"ל ער זאל אים מאכן רב אין וויליאמסבורג. "וואס וועט זיין מיט די ישיבה?" "כ'האב נאך נישט קיין תירוץ פאר אלעמען." LOL



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-3/5/2006 16:34 לינק ישיר 

צוויי זאכן וויל איך דיר זאגן הבדלה

1) רביה"ק זי"ע האט טאקע געזאגט די ווערטער פאר מאנטשעסטער רב
ביי די 83 יאר אבער דעס איז געווען נאר צו מחזק זיין זיינע ווערטער וואס ער 
האט געחזערט מיט אונז אלע יארן און עס איז נישט געווען ביי דעם קיין שום 
שינו צוואה נאר ער האט אנגהויבן צו שפירן און צי זעהן וואס זיינע מענטשען 
ארום ווילן טהון האט ער שנעל מגלה דעת געווען עס זאל זיין על פי שניי עדים 
יקום דבר

2) לויט מיין ידיעה האט מען אין סיגוט נישט געשריבן קיין צוואה 




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-3/5/2006 15:35 לינק ישיר 

הבדלה, ביסט דאך א פאלנער משוגענער (פארדאן מיי לענגוויטש), דו פרעגסט שאלות וואס זענען קיינמאל קיין שאלות נישט געווען. מען האט שוין ברייט ארומגערעדט דערוועגן.

1. יא, דער רבי זאל זיך אויפשטעלן און זאגן וואס? אז רבי אהרן איז דער נעקסטער רבי? אר יו קידינג מי?

2. האסטו טאקע נישט געליינט קיין שום תגובה ביז אהער, וויאזוי מען האט דאס דיסקאסד איינמאל און נאכאמאל אז דער רבי האט דאס געשריבן בכתב, און זיינע געטרייע שטוב מענטשן האבן אוודאי זיכער געמאכט אז די כתבים זאלן מפורסם ווערן תיכף נאך די פטירה, שוטה (סארי, עגעין).

3. דו פרעגסט פארוואס ער האט נישט געבעטן קיין כתב פון רבי'ן? איך האב סאך א גרעסערע פראגע, פארוואס האט ער נישט געבעטן דעם רבי'ן שוין צו רעטייערן און איבערגעבן זיין זיץ פאר ר' אהרן, אזוי וועט דאך נישט זיין קיין ספק פאר קיינעם וואס ער וויל. דא שטייט א פייערדיגער חסיד וואס ווארפט זיך אין די הויזן פאר שרעק, הערנדיג זיין הייליגן רבי'ן רעדן פון נאך די פטירה, וואס ער וויל אפילו נישט טראכטן דערפון. ער קען זיך קוים קאנצענטרירן. בכלל פארשטייט ער נישט קיין ווארט וואס דער רבי רעדט צו אים. האט איינער דען אפילו א הוה אמינא אז ר' אהרן דארף איבערנעמען דעם טאטן? פאר זיינע רעקארדס באשליסט ער אפצושרייבן וואס דער רבי האט אים געזאגט.

4. ווער דער מאנטשעסטער רב איז דארף מען נישט זאגן פאר קיין סאטמארער חסיד. יעדער סאטמארער וואס הערט דעם אויסדרוק ווייסט תיכף אז מען רעדט פון דעם ראחובער רב וואס איז שטארק רעספעקטירט אין די וועלט, און וואס דער רבי זי"ע האט געהאט א שטארקן חביבות און קישור צו אים. ר' געציל בערקאוויטש וואלט נישט געווען אזוי נאמן ווי דער ראחובער רב וואס איז באוואוסט אלס אן אויסערגעווענליכער ירא שמים און צדיק, א איד וואס דינט דעם אויבערשטן מיט א פשטות און תמימות וואס מען זעט גאר זעלטן.

אבער אם אין דעת הבדלה מנין... תוקן על ידי - געשמאק - 03/05/2006 15:54:06



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > צוואה פון רביה"ק מסאטמאר זי"ע, דורך הגה"צ אב"ד סאטמאר-מאנטשעסטער שליט"א
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 3 לדף הבא סך הכל 3 דפים.

bholext