| נשלח ב-3/5/2006 01:00 |
|
| |
מי ומי ההולכים ?!
מי ומי ההולכים?
עס איז באקאנט וואס רבותינו הקדושים זי"ע האבן אונז אלץ געלערנט, און וואס דער רבי זי"ע הכ"מ פלעגט כסדר איבער'חזר'ן: ביי יעדן ספק, אויב וויל מען וויסן וואס מען האט צו טאן, דארף מען בלויז קוקן "מי ומי ההולכים", ווער עס גייט וואו, און אזוי ארום ווייסט מען גענוי וואס מען האט צוטאן. עס וואלט געווען כדאי צו כאפן א בליק אין די איצטיגע צייטן און זען ווער עס גייט מיט מיט סאטמאר און ווער עס עס איז געגאנגען קיין סיגוט. וואו די רבנים וואס לויפן מיט'ן ווינט אדער ווערן פארקויפט פאר אפאר גראשן געפינען זיך, און וואו עס שטייען די אמת'ע אומגעפעלשטע רבנים, אזוינע וואס זענען ריכטיג מקיים דעם "ולא תגורו מפני איש".
איבערהויפט איז אינטערעסאנט צו קוקן וואו די רבנים וואס האבן זיך אלץ מכניע געווען פאר מרן רבינו הקוה"ט בעל ברך משה זי"ע געפינען זיך, און וואו די רבנים וואס האבן אלעמאל "פארשטאנען בעסער ווי אים" געפינען זיך.
עס וויל זיך כאפן א רקידה אויסצושרייען "אשרינו מה טוב חלקינו ומה נעים גורלינו" ווען מען זעט ווי דער צד הטומאה, די א.ג. "חסידים נלהבים" פונעם סיגעטער (און פון זיין הייליגן טאטן, וועמען זיי פלעגן רופן מיט דעם שפעט נאמען) האבן נישט קיין שום פראבלעם אפצוסטעמפלען יעדן אדם חשוב, יעדן ערליכן איד און יעדן רב בישראל פאר א "ליגנער", "שייגאץ", "שוטה" און נאך פיל ארגערס וואס איך שעם זיך פשוט נאכצושרייבן, די מינוט וואס יענער גייט נישט אין שפאן, כאטש עס איז ידוע לכל אז די, און נאר די, זענען געווען די חסידים מובהקים וועלכע האבן זיך די אלע יארן געקלאמערט ביים צדיק כתמר דער רועה נאמן מרן רבינו הקדוש בעל ברך משה זי"ע.
איך וועל דא פרובירן צו אויסרעכענען א ליסטע בלויז פון בארימטע רבנים און גאונים, תלמידים וחסידים פון מרן רבינו קודש הקדשים בעל ויואל משה זי"ע, ואחריו פון מרן רבינו הקוה"ט בעל ברך משה זי"ע, וועלכע האבן אפן דערקלערט זייער מיינונג, וירא הקהל וישפוט!
- כבוד קדושת הגאון האדיר גאב"ד אודווארי שליט"א ויו"ר בית הוראה התאחדות הרבנים.
- כ"ק הגאון הגדול הצדיק רבי ברוך מיללער שליט"א, ראש הכולל פון קרית יואל.
- הגאון האדיר חו"פּ רבי געציל בערקאוויטש שליט"א דומ"ץ קרית יואל, וועלכער איז [דער איינציגסטער וואס איז] נתמנה געווארן צו דעם פּאסטן דורך מרן רבינו קודש הקדשים בעל ויואל משה זכותו יגן עלינו.
- הגאון האדיר חו"פ רבי מנחם זכרי' זילבער שליט"א אב"ד פריימאן וראב"ד התאחדות הרבנים.
- כ"ק הגאון הצדיק רבי אברהם יהושע העשיל ביק שליט"א אבדק"ק מעזיבוזש.
- כ"ק הגאון הצדיק רבי בעריש מייזליש שליט"א אבדק"ק סאטמאר-בארא פארק.
- הגאון הצדיק רבי שלום אליעזר טייטלבוים שליט"א אבדק"ק סאטמאר 15'טע עוו.
- הגאון הצדיק רבי חיים צבי מייזליש שליט"א אבדק"ק סאטמאר-אלעד ור"י מהרי"ט-ב"ב.
- הגאון האדיר רבי ישראל דוד הארפענעס שליט"א אבדק"ק ישראל והזמנים.
- הגאון הצדיק רבי שמעי' גרינבוים שליט"א מח"ס סיעתא דשמיא ומרביץ תורה בק"ק סאטמאר.
- הגאון הצדיק רבי ישראל חיים הורוויץ שליט"א אבדק"ק סאטמאר-מאנטשעסטער.
- הגאון הצדיק חו"פ רבי שמואל בנימין קרויס שליט"א ר"י תורת חסד.
- הגאון הצדיק רבי אלכסנדר אשר מרגליות שליט"א דומ"ץ דק"ק וויען, עסטרייך.
- הגאון הגדול רבי מרדכי דוד קאהן שליט"א, ריש מתיבתא אין ישיבה גדולה ד'סאטמאר.
- הגאון הצדיק רבי בעריש קאהן שליט"א ראש הכולל סאטמאר-אנטווערפן.
- הגאון החסיד רבי נפתלי הירצקא צוויבל שליט"א, ראש הכולל ד'סאטמאר וויליאמסבורג.
- הגאון המפורסם רבי יוסף בנימין וואזנער שליט"א, אב"ד אלעד.
ירא הקהל וישפוט !
תוקן על ידי - בא_ללמד - 03/05/2006 1:10:06
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-4/5/2006 01:17 |
|
| |
הגאון הצדיק רבי חיים וואזנער שליט"א אבדק"ק סאטמאר-לאנדאן
תוקן על ידי - סימןטוב - 04/05/2006 1:18:47
|
|
|
|
| נשלח ב-3/5/2006 23:44 |
|
| |
איך מוז האבן א פיקטשוער דערפון איך וויל עס ווייזן פאר הגרמ"מ טירנויער
|
|
|
|
|
| נשלח ב-3/5/2006 23:24 |
|
| |
עס איז אמת ויציב. מערערע מענטשן באשטעטיגן עס.
עס קיקט אויס אז די זאליס שעמען זיך דערמיט און ווילען עס נישט ארויפלייגן.
|
|
|
|
| נשלח ב-3/5/2006 05:23 |
|
| |
אלל וועיס קענסט פארשאפן א פיקטשור דערפון?
|
|
|
|
| נשלח ב-3/5/2006 03:42 |
|
| |
עס איז דא אויך אין פלאץ איבערצוגעבן וואס איינער האט מיר געזאגט אז ער האט געזען יוסל וואלדמאן שרייבן א קוויטל ביי ר' זלמן לייב.
שוין לויף איך - האנט ביי האנט מיט אלע "חסידי סאטמאר" - אריבער אויף די אנדערע זייט.
|
|
|
|
| נשלח ב-3/5/2006 03:00 |
|
| |
איך האב גארנישט פארלוירן און איך בין מיט גארנישט פארנומען. איך האב היינט פשוט געהאט אביסל צייט...
|
|
|
|
| נשלח ב-3/5/2006 02:27 |
|
| |
בא ללמד
איך דינג זיך נישט מיט'ן רבי'ןס ווערטער. די שאלה איז נאר אויב דא איז די פאסיגע פלאץ זיי
צוצושטעלען.
ס'וועט זיין, אי"ה, באזונדערע מוסדות, באזונדערע אלעס. וואס וועט בלייבען חרוב צו מאכען? חרוב
מאכען קען מען נאר פון אינערווייניג.
80%?! פון וואו נעמסט דו די ציפערען? איך גלייב אז העכער אכציג פראצענט זיינען מענטשען ווי
דיר און מיר צוגלייך, וואס ארבייטען אדער לערנען און האבען א LIFE חוץ פאר די סאטמארע מחלוקה.
וויאזוי קענסט דו זאגען מיט אזא זיכערקייט אז די צוקונפט וועט דיר ווייזען גערעכט? איך גלייב
אז אונז, איך מיט דיר ביידע, האפען אז דער צוקונפט וועט דיר ווייזען נישט גערעכט, בעז"ה.
|
|
|
|
| נשלח ב-3/5/2006 01:58 |
|
| |
בא ללמד
איך בין שטארק איבערראשט ווי דו האסט פארלוירען די גאנצע שיקול הדעת דיינער, און דו ביסט פארנומען מיט נארישע פאליטיק ווי א 15 יעריגער בחור
|
|
|
|
| נשלח ב-3/5/2006 01:53 |
|
| |
אין תוך גענומען ביזטו נישט גערעכט, איך באנוץ זיך בלויז מיט די ווערטער פון רביה"ק זי"ע הכ"מ, וואס טראץ זיי האבן פארלוירן זייער פאפולאריטעט אין די היינטיגע עפאכע, וואו מען מעג אריינשטעכן א מעסער נאר אויב עס איז פארוויקלט אין גלאנציגע פאפיר, האבן זיי פארט נישט פארלוירן זייער אקטואליטעט.
דער צד הטומאה זענען זיי נישט דערפאר וואס זיי קריגן אויף כ"ק רבינו שליט"א, ניטאמאל דערפאר וואס זיי קריגן אויף רביה"ק זי"ע הכ"מ, נאר דערפאר וואס זיי זענען נאר דא צו צוברעכן.
ווען איך ווייס ווען אז עס וואלט געווען אזויווי דו זאגסט, אז די מחלוקה גייט זיך דא אפשטעלן, החרשתי, איך וואלט אפגעווישט די נאז, איבערגעמישט דעם היסטאריע בלעטל, און געגאנגען ווייטער.
דער ביטערער מציאות איז אבער אז די רשעים וועלן בכלל נישט זיין שטיל, 80% פון די מענטשן וואס זענען היינט ביי רז"ל אין סיגוט, זענען מקדיש זייער גאנץ לעבן, זייער תורה, זייער באשעפער, פאר איין און איינציגן ציל, צו צוברעכן און חרוב מאכן די הייליגע קהילה קדושה יטב לב ד'סאטמאר, און ספעציעל איר גרויסן מנהיג, כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א.
און דערפאר זענען זיי דער צד הטומאה.
די היסטאריע וועט נאך איבערצייגן אז איך בין גערעכט געווען.
[דער גרעסטער סימן אז זיי זענען דער צד הטומאה איז דאס וואס זיי באנוצן זיך אקוראט מיט די ווערטער אקעגן כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א, און אלע גאונים וצדיקים וועלכע שטייען צו זיין רעכטע האנט.
כל הפוסל במומו פוסל !].
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-3/5/2006 01:34 |
|
| |
בא ללמד
איך קען פארשטיין צו רופען די זאלוינים א סאך זאכען, אבער מיר דוכט אז "צד הטומאה" איז שוין א
ביסעל איבערגעטריבען.
רז"ל איז דאך דעם רבי'ןס א קינד, און ס'גאנץ אנגענומען אז נאך די פטירה וויל יעדער קינד
פראווען שבת פאר זיך.
אז ער איז נישט די גרעסטע תלמיד חכם אדער עהרליכע איד אין דור, אז זיינע מידות זיינען נישט די
איידעלסטע, איז שוין נישט מער אונזערע געשעפט.
טאמער ס'דא אידען וואס האבען איינגעזעהן אז דארט פאסט זיי בעסער, זאל זיי וואויל באקומען.
די ברך משה זצ"ל ליגט שוין נישט געפאנגען ביי זיי, זיי האבען נישט וואס צו טשעפען דעם
היינטיגען רבי'ן, דער איינציגע זאך וואס ס'געבליבען אויף וואס צו שלאגען איז געלט און בניינים
און דאס וועט אויספסק'נען די שווארצע חאלעטלאך.
ס'וולאט שוין געווען כדאי אריינצוקעמען אין קאפ מיר האבען שוין אפגעטיילט. די
פארגאנגענהייט איז היסטאריע
ס'דא עהרליכע אידען, פיינע בעל הבתים וואס שטייען אויף פארטאגס, תהילים זאגער, כולל
יונגערלייט אאזוו. אויף ביידע צדדים. שקצים פעלט פאר ביידע צדדים אויך נישט.
די ערגסטע מושחתים וואס זיי האבען זיינען נישט פארקראכען אין כפירה ומינות, מער נישט א ביסעל
געלט גייציג צו כבוד גייציג. לאממיר זיך בויען ביי זיך, און לאז די שעלטען און שימפפען פאר זיי.
 |
|
|
|
|
|