רז"ל פון סיגוט פאלגט אלטר משה גאלדבערגער
שוין א לענגערע צייט וואס אלטר משה גאלדבערגער בעט זיך אויף זיין האטליין צו רז"ל, אז ער זאל טון מיט זיין טאטן דאס וואס חזקיהו המלך האט געטון מיט אחז, ווי חז"ל זאגן אונז "גירר עצמות אביו", און מבזה זיין טאטן בשעת די לוי' פארן ביטערן "חטא" פון אננעמען דאס רבנות אין סאטמאר, אקעגן דעם רצון פון אלטר משה גאלדבערגער וועלכער דארף עס פאר זיך.
די געשעענישן אין די לעצטע וואך האבן יעדן איבערצייגט, אז אלטר משה גאלדבערגער איז געלונגען אין א געוויסן זין צו באקומען וואס ער האט געוואלט, כאטש ער זאגט אז ער דארף מער, אבער ער קען זיין מער ווי צופרידן.
רז"ל פון סיגוט האט געקוקט אויף זיין אייגענעם עתיד, און מסכים געווען צו משפיל זיין דעם כבוד פון זיין טאטן עד לעפר, אבי צו געפעלן פאר די יעניגע וואס ער חלומ'ט אז זיי וועלן אים שטיצן. [אפגעזען פון דעם פאקט אז ער גייט קעגן דעם אפענעם רצון וואס ער האט אליין געהערט פון זיין הייליגן טאטן בנוגע המשכת ההנהגה, און אז ער ארבעט מיט זיין טאטנ'ס גרעסטע שונאים צו צוברעכן די הייליגע קהילה].
ביישפילן פעלן נישט, פאלגנד זענען עטליכע, אין קורצן:
- לכאורה די ערשטע מאל אין די היסטאריע וואס א זון בעט נישט איבער זיין טאטן בשעת דעם הספד.
- דער געמאכטער קול בוכים בשעת'ן הספד, אינדערצייט ווען ער האט נישט בטעות געלאזט קיין טרער אויף זיין טאטן (ביז נעכטן, ווען די 'פאולסטערס' האבן אים געזאגט אז ס'איז שוין געווען צו אויפפאלנד זיין קאלטקייט בשעת די לוי'.
- דאס אויפשטעלן רעדן ביי די לוי' הרה"ג ר' ישראל חיים מנשה פרידמאן, וועמענ'ס אפענע האס און שנאה האט געשפריצט ביים הספד, און ביי וועמען די איינציגע מעלה פון רביה"ק זי"ע איז געווען אז ער האט געהאט א הייליגן טאטן...
- דאס אויפשטעלן הרה"ג ר' משה מנחם טירנויער, טראץ וואס עס איז געווען אקעגן דעם אפמאך, מיטן איינציגן ציל צו מאכן מהומות.
- צו שטערן די דרשה פון הגה"צ אבדק"ק סאטמאר אנטווערפן שליט"א מיטן זעלבן ציל.
- והעולה על כולנה, דער נוסח המציבה וואס זיי האבן געוואלט ארויפלייגן, וואס פאדערט א לאנג'ס און א ברייט'ס, אבער בחסדי ה' האט ער נישט געהאט קיין שליטה אויפן ביה"ח, און עס איז געמאכט געווארן א מציבה כראוי וכיאות פאר דעם אדם הגדול בענקים.
ועוד כהנה וכהנה, וואס איז געווען בלויז אין די לעצטע וואך אליין.
 |
|
|