| נשלח ב-3/5/2006 19:57 |
|
| |
לכבוד ה' אייר: ריכטיגער קעמפער קעגן ציוניזם
באמת וואלט מען געדארפט געבן א באזונדערן באריכט און אפשאצונג וועגן דעם גרויסן איד וואס האט זיך דערווייטערט פון דעם גרויסן שטאט ווי די לופט איז אזוי פאר'סמ'ט און דארט אין די קלארע ריינעם אויר קען ער דינען דעם באשעפער אומגעשטערט.
אבער דאס וועלן מיר לאזן א צווייט מאל, און פאר ווער עס קען אים פון דער נאנט.
וואס איך וויל דא יעצט איז אז לעצטנס האב איך געהערט אז דער איד, הגה"צ ר' יצחק לעבאוויטש שליט"א מ'וואדרידזש, וואס כאטש ער איז געווען פון די חשוב'סטע תלמידים פון מרן מהר"י ט"ב מ'סאטמאר איז זיין שיטה גאר אנדערש ווי עס וועלן עס אראפגעבן די היינטיגע פאן טרעגער פון די סאטמארע שיטה.
איך ווייס נישט קיין סאך דערוועגן, אבער זיכער איז דא אידן וואס קענען מער אראפגעבן, בעט איך ווער עס האט עפעס א ידיעה אין דעם ענין זאל עס אהערשרייבן.
חלילה נישט רעדן מיט קיין זלזול אדער וואס קען זיין א פגיעה אין קיין שום איד.
דרך אגב, זע איך לעצטנס צעטלעך אין די בתי מדרשים אז ער קומט אהער מהנה זיין דעם עולם אין וויליאמסבורג און בארא פארק. עס איז אינטערעסאנט צו וויסן וואס מען קען דארט הערן.
|
|
|
|
| נשלח ב-3/5/2006 21:11 |
|
| |
אמת נכון הדבר, ר' יצחק זאל זיין געזונט, איז א שטארקער בעל כשרון, ער האט זייער קלארע דעות אין דעם ענין פון ציונות בפרט, און בכלל א שטארקע אייזענע יסוד איבער דעם דרך החתם סופר ותלמידיו הקדושים, וואס פילע ליטפישע ווערן מורא'דיג נתפעל פון זיין שטארקן מאראל, וואס ער האט קעגן זיי, וואס כאטש סיהאט אזא פנים אז די ליטפישע מיט זייערע גדולים זענען עטוואס גרעסער אין תורה וואו דע חסידישע גדולים.
כ'האב שוין כמה פעמים אז איך האב געוואלט קלאר ווערן אין אן ענין, געגאנגען דורכשמועסן מיט איהם, הגם נישט אלעמאל בין איך געבליבן אויף איין דעה מיט איהם, אבער נאשן קען מען פון איהם פול, פוק חזי ער האלט אז מ'דארף וואוינען אינדרויסן פון שטאט, ער זיצט דארט כמעט אהן קיין מנין, און ער כאפט נישט קיין התפעלות פון גארנישט.
כ'הער אז ברוך השם לעצטענס, ווען סיז שוין כמעט גארנישט דא אויף די מארקעט, האבן זיך פיל אינגעלייטלעך, זיך צוגעכאפט צו איהם, פון אלע קרייזן און שיכטן, און ער האט מיט זיי א קשר נפשי, און סיי לעבן מיט איהם פון איהם, אזוי ווי ס'באדארף צו זיין, אשרי העם שככה לו אשרי העם שה' אלוקיו.
|
|
|
|
| נשלח ב-3/5/2006 21:18 |
|
| |
מו"ר הגאון ר' יצחק איז א זעלטענע מח,
אין א הארציגע יוד .
ער וואל פון מגושם'דיגן דיפלאמאט געריסן לעבעדיגע שטיקר
אבער מיט א שמייכל.
|
|
|
|
|
| נשלח ב-3/5/2006 21:54 |
|
| |
דיפלאמאט;
איך דאנק השי"ת אז מיר קענען זיך (נאכ)נישט, ווייל דאן וואלסטו איבער מיר פערזענליך אויך געווידמעט אן אשכול, ואני אנה אני בא 
סארא מין זאך איז דאס צו עפענען אשכולות אויף פערזענליכע אידן, היינט דעם מארגן יענעם, הזאת דיפלאמאט?
|
|
|
|
| נשלח ב-3/5/2006 22:02 |
|
| |
Kramer
the greena manchala
|
|
|
|
| נשלח ב-3/5/2006 22:53 |
|
| |
עס זעט מיר אויס אז דו האסט נאכנישט געגעסן בשעת'ן שרייבן דעם תגובה. אויב איז דאס ווייל דו פאסט היינט, זאג איך גארנישט. אבער עס איז גוט צו שרייבן און ליינען מיט א רואיגן קאפ.
וואס איז שלעכט צו שרייבן און ארויסברענגען איינע פון די געציילטע גוטע אידן וואס איז נאך דא היינט צוטאג?
האסטו אים אמאל שוין געזען?
איך בין אמאל געווען אין וואדרידזש און געזען א שיין ביהמ"ד פול מיט ספרים וואס אין רוב דערפון איז אריינגעשריבן בכתב יד קדשו און איז פול מיט פאפירעלעך וואס איז אנגעפולט מיט מראה מקומות. דאס ווייזט אז ער איז א יודע ספר, און ווייסט וואס ער רעדט.
מיר געפעלט דאס מערסטע זיין פעסטקייט אין זאגן זאכן וואס אנדערע וואלטן אפי' נישט געטראכט חלילה.
יותר מה שכתוב כאן וואלט איך געשריבן, אבער אויף יעצט איז עס גענוג.
אויף דערוויייל פריי זיך אז דער בעל מנגן האט דיר באזינגען און גיי צו זיין שיעור דעם דאנערשטאג.
|
|
|
|
| נשלח ב-4/5/2006 00:02 |
|
| |
דיפלא;
איך קען דעם איד גאר גוט, אויסער זיין גדלות בתורה ווער איך כסדר נתפעל פון זיין עבודת התפילה וואס ווערט אראפגעלייגט מיט א קאך און ברען כאילו א צוויי דריי הונדערט חסידים שאקלן זיך מיט אים, איך קען דיר אויך נאכזאגן (פריוואט) זאפטיגע סטעיטמענטס וואס איך האב געהערט פון אים במשך די יארן, אבער איך האלט נאך אלץ אז עס איז נישט אויסגעהאלטן צו גרינדן אשכולות אויף דעם אדער יענעם יחיד. דו וואלסט זיך גארנישט געפריידט צו זען דא אן אשכול איבער דיין טאטען אדער דיין רבי מובהק, וואו יעדער וועט האבן א געלעגנהייט ארויסצוגעבן אלע בני מעיים דרוקערייען וואס עגבערן אים איבער דעם געוויסן איד.
זינגער; יישר כח פאר די גרינע מענטשעלע, יעדער קען נוצן א גוט ווארט אמאל אמאל.
|
|
|
|
| נשלח ב-4/5/2006 03:09 |
|
| |
אין איין ווארט:
ר' יצחק וועט געגן קנאות רעדן בלויז פאר סאטמערע, פאר אזעלכע שטייגער דיפלאמאטן וועט ער רעדן פלאם פייער קעגן די טומאה, און אויך גאר גרויס פון הייליגן סאטמאר רב זי"ע.
בדוק ומנוסה.
תוקן על ידי - נבוכדנאצר - 04/05/2006 3:10:58
|
|
|
|
|