איך בין נבהל ונשתומם וואס עס קומט פאר אין דעם סיגעטער'ס לאגער אין די לעצטע פאר טעג, און ווערט נאר פארערגערט און פארשארפט וואס א מינוט עס גייט פארביי.
עס פליען נעמען רעכטס און לינקס מיט האלבע און גאנצע שקרים אויף וועמען עס לאזט זיך, די חשוב'סטע רבנים יושבי על מדין אויף וועמען פיל גרעסערע פון אונז האבן זיך פארלאזט אין די האקעלסטע ענינים ווערן נישט פארשוינט, מסירת נפש'דיגע ערליכע געטרייע עסקנים ווערן באשמוצט מיט די ארגסטע און גרויליגסטע אנגריפן וואס עס כאפט א שוידער און אן איבל דאס צו ליינען, און אפילו אזעלכע וואס האבן געשטופט דעם סיגעטער'ס וואגן דורכאויס די יארן ווערן פלוצלונג שוידערליך און גרויליג אטאקירט ווייל זיי האבן זיך אויסגעדרייט דעם דאטשיק און שטימען מער נישט איין מיט דעם נועם-המדות'דיגן פארטיי.
עס דערגרייכט שוין צו אזעלכע שטופעס ווי זיך אויפפירן ממש כגרועים שבאומות און די טרויעריג-בארימטע פילאזאפיע און דרך פון די מחבלי כרם בית ה' אין לויף פון די יארן אין שפיץ פון די רשעי הציונים און זייערע נאכשלעפערס וואס האבן שטענדיג ארויסגעגעבן זייער פילאזאפיע און זעלבסט-האס דורך פאררופן "באיקאטן" און "מאסן דעמאנסטראציעס" קעגן וועמען עס האט זיך נאר געלאזט.
האט אפשר איינער אַן אויפריכטיגע הסבר וואס עס קומט דא פאר? זיי קלעימען דאך אז עס גייט זיי אזוי גוט, אלעס לויפט אין זייער דירעקציע, יעדער ביקט זיך פאר'ן סיגעטער, יעדער קוויטעלט זיך ביי אים, יעדער ווייזט ארויס אן אומגלויבליכע תמימות'דיגע הערצה און הכנעה וואס כמותו לא נהיית מימות עולם עד היום הזה, ער שלונגט איין די גאנצע וועלט מיט זיינע גאונ'ישע טיפזיניגע חריפ'ישע דברי תורה, וכו' וכו'... אפשר ווייסט איינער וואס ליגט באהאלטן אונטער זייער שמייכל?
פון די צווייטע זייט דארף ארויסגיין א רוף צו אונזער ציבור תלמידים וחסידים פון כ"ק מרן רבינו שליט"א נישט חלילה צו ווערן מיטגעשלעפט אין דעם גרויליגן קינדערישן קטנות-המח'דיגן זעלבסט-האסעדיגן שפראך אין וואס די סיגעטער "חסידים נלהבים" ווילן ארייפירן אונזער ציבור דערין.
תוקן על ידי - סימןטוב - 03/05/2006 21:59:46
נשלח ב-11/5/2006 05:52
זייטס נישט קיין וועקיס. דאס אהבת מיסיסטעירעס וואס מען זעט אין יענעם פארום איז נישט צום באגרייפן. דער רבי הרינו כפרת לסרחה האט אונז אלעמאל געלערנט שור שנגח את הפרה זה אומר כולו שלי וזה אומר כולו שלי. ס'איז דא וואס פירן זיך אזוי און ס'איז דא וואס פירן זיך אזוי.