בית פורומים כל העולם כולו

כ"ק רבינו שליט"א און ישיבה גדולה ומתיבתה דאסאטמאר

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-4/5/2006 07:46 לינק ישיר 
כ"ק רבינו שליט"א און ישיבה גדולה ומתיבתה דאסאטמאר

ווי איך הער א באריכט יעצט

וועט כ"ק רבינו שליט"א נישט אוועק גיין פון די ישיבה וואס דאס איז ביי עים און אויך ביי רבינו זי"ע געווען אזוי ווי דאס שווארטץ אפל פון אויג
כ"ק רבינו שליט"א האט היינט געדאווענט שחרית און ישיבה גדולה

(ס'איז געווען א תפילן לייגן פאר א בר מצוה בחור)
כ"ק רבינו שליט"א וועט דארט דאווענען יעדן טאג
(ווי כ"ק רבינו שליט"א דריקט זיך כסדר אויס "א דאווענען און ישיבה הייסט א ריכטיגע דאווענען")

נאכדעם איז כ"ק רבינו שליט"א געווען פארמיטאג און ישיבה ווי ער האט זיך מ'פלפל געווען און גמרא תו' ראשונים מיט די מגידי שיעורים און מיט די בחרים ס'איז געווען א תענוג רוחני דאס מיט צו האלטן
דאס גאנצע ישיבה איז אריין און א זייער געהויבענע שטימונג

ווי ס'הייסט יעצט וועט מארגן אי"ה כ"ק רבינו שליט"א זאגן די פתיחה



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-16/5/2006 03:45 לינק ישיר 

געגאנגען
דיין תגובה האט בטעות געבלאנדזשעט אינעם נישט ריכטיגען אשכול?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-16/5/2006 00:12 לינק ישיר 

שוין דורכגעגאנגען א וואך צייט, און די זאליס זענען שטיל ! א רחמנות נעבעך אויף משה ליב דייטש, ער האט שוין געמיינט אז ער האט עפעס א גוט'ס קעגן רבינו שליט"א... די שוטים האבן געמיינט אז מ'קען סתם אנקלעבן אויף עמיצן עמעראצעס, זיי ווייסן נישט אז מ'דארף שווער ארבעטן - אזויווי דער סיגוטער ארבעט שוין לאנגע יארן - צו ווייזן פאר די וועלט אז מ'איז א עם הארץ... דאס איז א גוטער סעמפל פון אלע זייערע מעשיות, קודם געט מען א שיס ארויס א מעשה, איי ס'איז דאך נישט אמת ?! דאס זאלסטו שוין זאגן. (ס'דערמאנט א אלט ווארט פון רבין דער ויואל משה זי"ע, אז אויב שקר אין לו רגלים, וויאזוי האלט זיך דער שקר אזוי לאנג ? דער תירוץ איז, אז מ'מאכט יעדן טאג א פרישע).



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-11/5/2006 22:45 לינק ישיר 

דער בחור הייסט תולי שווארץ. איינער ווייסט ווער דאס איז?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-11/5/2006 22:43 לינק ישיר 

מצורף קובץ

דער רבי שליט"א אין זיין קוויטל צימער אין ישיבה.





דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-11/5/2006 22:39 לינק ישיר 

מצורף קובץ

דער רבי שליט"א ביי קריאת התורה אין ישיבה. דער בר מצוה בחור איז עולה לתורה



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-11/5/2006 22:34 לינק ישיר 

מצורף קובץ

דער רבי לייגט תפילין פאר א בחור אין ישיבה



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-10/5/2006 17:55 לינק ישיר 

מורא'דיגע ווערטער פון כ"ק מרן רבינו שליט"א איבער די ישיבה - קענט איר דא הערן


"לפרוש ממני אי אפשר!!!"


עס איז ראטזאם צו הערן די גאנצע פתיחה איך האב נאר געברענגט א קליינע שטיקל אבער חוץ דעם איז קענט איר הערן דארט מורא'דיגע ווערטער וועגן די ישיבה מיט רבינו זי"ע הכ"מ



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-10/5/2006 17:40 לינק ישיר 

דאס שרייבט אני יהודי אין די סיגוטער פארום: עס איז נעבעך איבריג צו גיין טענה'ן מיט א חארוני קאפ. יעדער וואס קען נאר אביסל היסטאריע ווייסט אז א ישיבה איז נישט געווען קיין חסידישער אויסטרעף. הרבצת התורה איז געווען א נארמאלע זאך אויך ביי די מתנגדים. אדרבה, דאס איז דאך געווען זייערע הויפט טענות קעגן חסידות אז מען פארברענגט די צייט, און אנשטאט צו זיצן און לערנען, דאווענט מען שפעט און מען מאכט אזויפיל הכנות וכו'. ביי די מתנגדים זענען די חסידים געווען עמי הארצים, נישט נאר די חסידים נאר אויך די הייליגע רביים. אבער פאר דעם חארוני קאפ איז משמע אז זיי האבן נישט געוואלט קיין ישיבה אויך נישט, אבער דאס האבן זיי געמוזט נאכגעבן... פארוואס איז עס משמע אזוי? ווייל דער "בנו הגדול" מטענט האט אזוי פארציילט, ואין להרהר אחריו. אפשר גייט אויך ביי אים אן דעם כלל וואס ער האט געזאגט פאר כ"ק הגאון הצדיק אדמו"ר ממוזשאי שליט"א "איר מוזט נישט גלייבן אלעס וואס איר הערט"... אגב, דער חארוני קאפ ווייסט דאך נישט, אז די אמאליגע ישיבות (אפילו ביי די חסידישע רביים) זענען די בחורים נישט געווען קיין קאנאנען פלייש וועלכע זענען גענוצט געווארן צו פראפאגאנדירן דאס חסידות כנוסח "בנו הגדול"... קודם האב איך הנאה צו זען אז ער מאכט שוין א יו-טוירן, ער איז שוין מודה אז די קאפיס זענען בכלל נישט קיין סתירה צו די מעשה וואס דער רבי זאל זיין געזונט האט דערציילט [וואס דער רבי זאגט כסדר אז אלע זיינע מעשיות האט ער געהערט פון זיין טאטן, רביה"ק זי"ע], ווייל דער רבי האט גערעדט פארן קאנטראקט, און די קאפיס איז פון די קאנטראקט וואס מ'האט יא אונטערגעשריבן (נאר מיט דעם אלעם איז דער ייטב לב נישט דארט געבליבן מער ווי אפאר חדשים). אבער ס'קוקט אויס אז דער אינו יהודי האט זיך געלערנט דעמאגאגיע ביי עקספערטן, ווייל ער נוצט איינס פון זייערע בעסטע טריקס, אריינצולייגן ווערטער אין מויל פונעם קעגנער וואס יענער האט קיינמאל נישט געזאגט, און נאכדעם אים אפענטפערן און אזוי "געווינען"... איך האב קיינמאל נישט פארבינדן ישיבות מיט חסידות (דער מקור פון ישיבות אין אונזערע צייטן קומט פון חתם סופר, אדרבא, דער הייליגער דברי חיים איז געווען א אויסטערלישער מתנגד צו ישיבות). וואס איך האב יא געזאגט, אזויווי דער אינו יהודי האט געוואלט פארקאכן א קאשע אז דער רבי האט געזאגט אז דער ייטב לב האט מסכים געווען צו די תנאים קעגן חסידות, כאילו דאס איז א בזיון פארן ייטב לב, האב איך פשוט געוויזן אז דער ייטב לב האט קלאר אונטערגעשריבן א קאנטראקט מיט תנאים קעגן חסידות און רעביסטווע.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-10/5/2006 06:09 לינק ישיר 

נעבעך... די סיגוטער טרייען נעבעך אנצוקלעבן אויפן רבי'ן עפעס וואס זאל כאטש שמעקן מיט עמעראצעס, זיי ווייסן נישט אז א ת"ח ווערט מען נישט איבערנאכט... היינט טרייען זיי צו מאכן א נייע מעשה, אויף דעם וואס דער רבי האט דערציילט ביי די פתיחה אין ישיבה אז דער ייטב לב האט ביים אננעמען די רבנות אין אוהעל מסכים געווען צו די תנאים נישט צו פראווען קיין חסידות, אבער ער האט בשום אופן נישט מסכים געווען צום תנאי אז ער זאל נישט מעגן פירן קיין ישיבה. יעצט זענען זיי געגאנגען און ארויפגעלייגט אויף זייער פארום א שטיקל פון א אלטן ספר וואו מ'זעט די תנאים וואס די אוהעלער קהילה האט זיך אויסגענומען מיטן ייטב לב, און דארט שטייט נאר די תנאים אז ער וועט נישט פראווען קיין חסידות, און עס שטייט נישט אז ער מעג נישט פירן קיין ישיבה, אדרבא, ס'שטייט קלאר אז ער וועט יא לערנען מיט בחורים. די מעשה איז אבער, אז די שוטים און עמעראצים כאפן נישט אז זיי באשטעטיגן דא גאר די מעשה וואס רבינו שליט"א האט דערציילט, טאקע דאס האט דער רבי געזאגט, אז אויף די תנאים נישט צו פראווען קיין חסידות איז ער יא איינגעגאנגען, און אויף דעם תנאי קעגן פירן א ישיבה האט ער נישט געוואלט איינגיין, דאס איז געווען פאר ער האט אנגענומען די רבנות. די שטיקלעך וואס זיי ברענגען איז די תנאים וואס דער ייטב לב האט יא מסכים געווען, און דאס איז שוין געווען נאך זיין אפווארפן דעם תנאי קעגן די ישיבה, און דאס אננעמען די תנאים קעגן די חסידות, פונקטליך אזויווי דער רבי זאל זיין געזונט האט דערציילט... פארפאלן, אז מ'זייט עפל וואקסט נישט קיין אראנזשעס...



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > כ"ק רבינו שליט"א און ישיבה גדולה ומתיבתה דאסאטמאר
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext