|
|
| נשלח ב-4/5/2006 17:15 |
|
| |
קול מבשר אינפארמאציע ליניע
קול מבשר איז בכלל נישט קיין נייע זאך ביים היימישן עולם. עס איז געווארן א אינטעגראלער טייל פון טעגליכן לעבן פון ערליכע חסיד'ישע אידן וואס הערן דארט אויס טאג נאך טאג די נייעסן וואס האט פאסירט אין די דרויסענדיגע וועלט און אויך א בליק אין די היימישע נייעסער וואס איז וויכטיג צו וויסן פאר יעדן.
אנהייב איז געווען ווער עס איז נישט געפאלן דעם פלאן (אזוי ווי אונזערע חכמים וואס זיי געפעלט גארנישט, און אלעס מוז מען אסר'ן גלייך ביים אנהייב) אזוי ווייט אז 'דער בליק' האט עס באשריבן דורך זייער אייגענעם שרייבער וואס האט געפערליך געהאקט דערויף. און יא, זיי טוען תשובה יעצט מיט דעם וואס כמעט יעדן חודש איז דער 'ליניע' זוכה צו פרי אנאנסן דארט דורך פילע בריוו וואס פלייצן אריין אין דער רעדאקציע, און ווערט געדרוקט מאנאטליך.
ארויסגעוויזן האט זיך אז עס איז גאר א ריינע אויסגעהאלטענע אינפארמאציע סיסטעם, פון וואס טויזנטער האבן יעדן טאג גרויס הנאה, און וואס האט אוועקגעריסן פילע אידן פון הערן די ראדיא פאר נייעסער.
זיין עיקר הצלחה און וואס מאכט אז מען זאל עס כסדר רופן איז זיין פעסטע באסאווע שטימע וואס פליסט געשמאק און לייגט אראפ די נייעסער זייער גוט און ציהט מען זאל רופן נאכאמאל און נאכאמאל. ווי אויך האט ער א חוש צו קלויבן פון די בעסטע און אינטערעסאנטסטע נייעסער וואס זאל פאראינטערעסירן דעם היימישן ציבור.
איין קלייניגקייט וואס איך האב אים געוואלט פרעגן פארוואס ווען איך רוף ערגעץ שפעט ביינאכט קען מען נישט הערן גארנישט. עס זעט אויס ווי מען פארמאכט דעם סיסטעם ביינאכט.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-23/5/2006 20:40 |
|
| |
עס איז רואיגער געווארן מיט די 990 ליין'ס מען קען שוין גרינגער צוקומען.
|
|
|
|
| נשלח ב-11/5/2006 18:11 |
|
| |
נעכטן אין שׁוּל האָבּ איך געמערקט אַ שׁיינעם סי.די וועלכער אַנטהאַלט אַ דרשׁה פון ר' ישׂראל דוד שׁלעזינגער פוּן מאָנסי אין וועלכן ער רייסט אַרוּנטער די האַטליינס. דער קרן שׁמואל ישׁעיה האָט פאַכמאַנישׁ - ווי זייער שׁטייגער -געלייגט אַ בּילד אויפן דיסק פון אַ סעלל פאון אויף וועמענס סקרין עס ערשׁיינען די נומערן 0000 990 212.
כ'האָב הנאה געהאַט אויף אַן'אמת.
געקויפט האָב איך עס אָבּער נישׁט... אין מיין טייסטער האָט צוּ יענער מינוּט זיך געפוּנען בּלויז אַ האַלבּן דאָלער, פּוּנקט העלפט האָט מיר געפעהלט. איינער איז בּאַקאַנט מיט וואָס ער זאָגט דאָרטן?
אין אַלגעמיין זאָגט ער גוּט, טראָצדעם וואָס נישׁט אַלע גלייכן שׁטענדיג זיין סטיל, בּלייבּט ער אָבּער פאָרט גערעכט.
[די פּינטעלעך האָבּ איך געמאַכט מיטן פוּלן בּאַוואוּסטזיין. אַ געוויסער פאַרפּאַסער פון אַ בּוּך וועלכן איך שׁרייבּ אַצינד פאָדערט אַזאַ שׁטייגער שׁפּראַך. קוּם איך דעריבּער אַהער פּרוּבירן מיין טאַלאַנט].
|
|
|
|
| נשלח ב-8/5/2006 04:59 |
|
| |
די נייע נומבערס זענען אין פאל די 990-7400 איז ביזי..
די נומערן זענען:
212-444-1100
718-689-1100
845-738-1100
(איך האפ אז איך האב עס ריכטיג..)
|
|
|
|
| נשלח ב-8/5/2006 03:00 |
|
| |
היינט זאגט ער אז מען האט צוגעלייגט א פאר ליין'ס
כה לחי!!!!!
|
|
|
|
| נשלח ב-4/5/2006 23:25 |
|
| |
אלע 990 קאנפרענס ליינס מאכען פראבלעמען אין די לעצטע תקופה, נישט נאר קול מבשר.
|
|
|
|
| נשלח ב-4/5/2006 20:32 |
|
| |
Not right,now it was fifty / fifty
|
|
|
|
| נשלח ב-4/5/2006 20:21 |
|
| |
אלץ וועט ער זאגן פארקערט ווי דעם 'דיפלאמאט'.

|
|
|
|
| נשלח ב-4/5/2006 20:18 |
|
| |
Its a very good source for information,but i dont think it is stoping people from lisening to the radio
|
|
|
|
| נשלח ב-4/5/2006 19:00 |
|
| |
אכן שמעתי את זה כמה פעמים ואין מה ומר לו חוץ מישר כח על שהוא שומר את הקו נקי מלשון הרע ומפוליטיקה יותר מכל העיתונים החרדים.
להבדיל בארץישראל יש קו דומה וזה ממש מלא בלשון הע ורכילות, ומה שהעורכים לא מעלים הם מכניסים בפורום חדרי חרדים.
קול מבשר!!!!!! חן חן לך
|
|
|
|
| נשלח ב-4/5/2006 17:55 |
|
| |
קרעמער נאט אייך איינס פאר די יארמע ווארט! 
|
|
|
|
| נשלח ב-4/5/2006 17:46 |
|
| |
דיפלאמאט;
יישר כח פאר די פאזיטיווע אשכול. עס איז דא אסאך וואס מוסיף צו זיין, אבער איך האב נישט יעצט צופיל צייט.
אזויפיל קען איך דיר זאגן, אז לויט מיין אינפארמאציע וועלן בקרוב צוקומען נייע נומערן (באזונדער פאר די שטאט; 718, און באזונדער פאר די אפסטעיט געגענטער; 845) האפנטליך וועט דאס לעזן דעם פראבלעם וואס מאכט זיך יעדן אויפדערנאכט ווען טויזנטער אידן פרובירן אויף איינמאל איינצושלאפן מיטן סיסטעם.
אגודיסט;
די פורום "קול מבשר" מיטן "קול מבשר" אינפארמאציע ליניע, האבן די זעלבע שייכות ווי דער יארמע רב (המכונה: אלפא-פאון'ער רב) מיט א "מילער" לייט ביר.
|
|
|
|
|
 |
|
|
|
|
| מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
|
|
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.
|