סיגעטע האבן אויסגעפירט: משה פליט פון גבאות
פאר גאנצע זיבן יאר האט משה זיך געלעקט צו די סיגעטע.
נאך יארן וואס ער האט זיי דערביטערט די יארן האט ער זיך אנגעפאנגען צו חנפ'ענען צו זיי און זיי מקרב געווען צו די ראדני שוהל. ער האט געוואוסט אז רז"ל פארמאגט נישט קיין איין חסיד אין סאטמאר, און ער וועט זיך נאר בויען דורך די סיגעטע, האט ער דעריבער געארבעט אויף אלע פראנטן זיך איבערצובעטן מיט די שונאים פונעם הייליגן בעל ברך משה זי"ע. פלוצלינג איז די ראדני שוהל פיל געווארן מיט בראווערס, שטויבערס, יאקאבאוויטשעס, וואלדמאנס, וויינשטאקס און די אנדערע מצורעים וועלכע האבן לאנגע יארן גע'רודפ'ט דעם רבי'ן זי"ע הכ"מ, וועמען זיי האבן גערופן מיט'ן שפעט נאמען "דער סיגעטער".
אין די שוואכע יארן פלעגן חסידי רבינו זי"ע זיך עסן דאס געזונט וויאזוי די שונאים שטייען און וואקלען זיך פון לאכן פונעם רבי'ן זי"ע. אבער מען האט נישט געקענט צופיל טאן, נאר ליידן און שווייגן.
משה איז געווען זיכער אז די סיגעטע האבן אים מוחל געווען און ער וועט אלעמאל בלייבן זייער העלד, אבער ווי נאר יענער ביטערער טאג איז אנגעקומען און דער רבי זי"ע איז נפטר געווארן האט זיך מיטאמאל אנגעפאנגען צו רודערן אינעם לאגער פונעם סיגעטער. די סיגעטע האבן אנגעפאנגען צו בונטעווען אז משה מוז גיין צוזאמען מיט'ן "סיגעטער". נאך אלעמען האבן זיי גע'טענה'ט איז ער פונקט אזא טעראריסט ווי דער סיגעטער איז געווען (עפ"ל). די חברה האבן געסטראשעט אז אויב משה בלייבט גבאי, וועלן זיי נישט קומען צו די טישן פון רז"ל (וואס איז לויט זיי דער ממלא מקום פון דעם מענטש וועמען זיי האבן גערופן "דער סיגעטער").
און בעליוו איט אר נאט, די חברה האבן אויסגעפירט. משה האט די וואך באקומען א מעסעדזש אז זיין גבאות איז פארטיג, און ער זאל גיין צו אלע גוטע רוחות.
שמואל טייטלבוים האט פולשטענדיג איבערגענומען די גבאות פונעם סיגעטער שליט"א.
 |
|
|