בית פורומים כל העולם כולו

דער הערליכער געהויבענער שבת אין סאטמאר

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-7/5/2006 19:54 לינק ישיר 
דער הערליכער געהויבענער שבת אין סאטמאר

כדי אלע באריכטן פון שבת זאלן זיין אויף איין פלאץ עפן איך אויף א נייע אשכול.




דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-8/5/2006 06:28 לינק ישיר 

יא וואס זאל איך ענק זאגן די שבת איז נאך די געשפרעך פון טאג דא און וויליאמסבורג,

גאנץ וויליאמסבורג רעדט פון די פלאפ פון רז"ל חסידים אז א גאנצע וואך שרייען זיי נעקסטע וואך ווען ער וועט נישט האבן דער עולם פון די גאנצע וועלט וועט מען זעהן ווער עס האט מער און וויליאמסבורג,

נו די גאנצע גאס שמוסט יעצט יא מ'האט געזעהן.... ר' אהרן האט געהאט נאר און וויליאמסבורג, אן זיין ישיבה, 4 מאל אזוי סאך ווי רז"ל, שוין מיט דעם וואס רז"ל האט יא געהאט זיין ישיבה




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-8/5/2006 00:07 לינק ישיר 

בא ללמד
איך האלט אז דו האסט א טעות. איף, און איך שטעל מיך פאר נאך מענטשען, זיינען יא
אינטערסיערט צו זעהן די רבי'ס פרייטאגס צו נאכט תורות.
איך האב נישט געקענט זיין אין וויליאמסבורג שבת אבער למה נגרע? איך גיי עפענען פאר דעם א
באזונדערען אשכול און איך האף אז דו, צו א צווייטע וועט עס יא ארויפלייגען. http://hydepark.hevre.co.il/hydepark/topic.asp?topic_id=1909925 תוקן על ידי - wassa_dif - 08/05/2006 0:15:07



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מנותק
נשלח ב-8/5/2006 00:00 לינק ישיר 

איך האב געהערט אז דער רבי זאל זיין געזונט האט געהאלטן א דרשה אין ישיבה פאריגע וואך אז ער בעט די בחורים זאלן נישט אריינפארן און וומס שבת נישט צו צושטערן די סדר הישיבה
איך נייעס פאר ענק
און ישיבה גדולה דסאטמאר וואס איז סמוך ונראה לציון המציונת פון רבותינו הק'  לערענט מען שבת אויך...
און מען שלעפט אלע בחורים צום טיש יעדע וואך אין וומס אז די דעילי נוס זאל זען א גרויסער עולם...



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-7/5/2006 23:22 לינק ישיר 

איך וואלט געוואלט ארויסברענגען א מורא'דיגע זאך וואס איך זעה אז קיינער האט נאך נישט געשריבן דערפון, אין אמת' איז עס ווערט א נייע אשכול נאר אזוי ווי איך קען נאך נישט עפענען אן אשכול מוז איך עס שרייבן דא
זייט פאריגע וואך האב איך געזען אז אפילו עלטערע אידן וואס זענען נישט געקומען צום רבי'ן שליט"א די לעצטע זיבן יאר נאר זיי האבן ווייטער געדאוונט אין ראדני זענען יעצט נאכ'ן פטירה פון רבי'ן זי"ע אריבערגעקומען צום רבי'ן (איך רעד נישט פון גבאים ווי א שטייגער ר' שלמה זלמן שטיין נאר איך רעד פון פשוטע תמימות'דיגע חסידישע עלטערע אידן)
הרה"ח ר' אבא הירש שליט"א
הרה"ח ר' מרדכי גאלדבערגער שליט"א
הרה"ח ר' אברהם לעבאוויטש שליט"א
די ליסטע איז גרויס נאר די אידן קען איך און איך ווייס ווי זיי האבן געדאוונט ביז יעצט און איך האב זיי געזען די שבת אדער פאריגע שבת ביים רבי'ן
ווי אויך האב איך באמערקט אז אינמיטן שלש סעודות האט מען אריינגעברענגט הרה"ח ר' חיים הערש ווייס שליט"א וואס איז געקומען מיט מסירות נפש אין א ווילטשעיר



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-7/5/2006 22:12 לינק ישיר 

ס'איז נישט צום גלייבן וואספארא ווייטן און ברייטן אפקלאנג דער שבת האט געהאט איבער די גאנצע וועלט. איבעראל שמועסט מען איבער די אומגלויבליכע סוקסעס וואס איז געווען.

פאריגע וואך זענען די סיגעטע געקומען מיט כלערליי תירוצים פון וואו סאטמאר האט צוזאמגעשלעפט דעם ריזיגן עולם, אבער די וואך האט יעדער געזען דעם אמת.

סאטמארער רבי האט געפירט א שטריימל-טיש. די בחורים זענען געבליבן אין קרית יואל. די סאטמארע טיש איז געווען סטריקטלי נאר פון וויליאמסבורגער.

ווידעראום דער סיגעטער האט געפירט א היטן-טיש. זיין גאנצע קווינסער ישיבה איז דארט געווען, און ער האט נישט געקענט צוזאמשלעפן אפילו האלב פון וויפיל ער האט געהאט פאריגע וואך.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-7/5/2006 22:10 לינק ישיר 

אנטשולדיגט יעדער
מען טאר נישט ציילן קיין מענטשען!!!

די בילדער איז גענוג (אפילו ס'איז נישט געשטיקלט און מ'זעט נאר א האלבע זייט)

וועלעכע זאלי ס'זאגט אז סאיז געעווען ווייניג מענטשען און ביי זיי אסאך וועט אים נישט העלפען אפילו ער וועט אנהייבן פון כיתא א ביז ישיבה ער באלאנגט ניטאמאל און שערי חמלה...

סאו מען דארץ נישט ציילן



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-7/5/2006 20:23 לינק ישיר 

געשמאק:

איך אליינס בין נישט געווען אין וויליאמסבורג, אבער ווען מען ליינט די פארומס פון ביידע זייטן זעט מען תיכף ווער עס דרייט זיך ארום אויפגעלייגט, און ווער ס'איז פאר מרה שחורה'ט.

דער פאלגנדער שמועס האב איך געהאט מיט מיין חבר פון וויליאמסבורג אויף יאהו מעסנדזשער. די ענטוזיאזם און שמחה פון זיינע ווערטער זענען נישט צום באגרייפן.

די בלויע ווערטער איז ער און די רויטע ווערטער בין איך

איך בין שוין געווען ביי טישן פון אסאך רבי'ס
איך גלייך צו גיין צו טישן

נו
ער פירט אבער א טיש וואס איך האב נאך אינערגעץ נישט מיטגכעהאלטן
מלא תוכן
אנגעפילט יעדע מינוט
עס איז קיין איין מינוט נישט בארינג
וויאזוי איז געווען דער שבת?
מלא תוכן, מלא טעם
זייער שיין
דיטעילס
ביינאכט האט מען געדאווענט אין שאטער
מלא על גדותיו
מ'האט זיך נישט געקענט רירן
און געווען מורא'דיג הייס
די עירקראנדישאן איז נאכנישט געמאכט געווארן אויף דעם שבת
סאו, נאכ'ן דאווענען האט מען אויסגערופן אז צוליב די היץ וועט מען צופרי דאווענען אין בית מדרש
'מוועט ארויזנעמען אלע טישן
ביים טיש איז שוין ג עווען קילער אין די גאס, סאו ס'איז נישט גע ווען אזוי הייס
אהא
צופרי האב איך נישט געדאוונעט אין הופער ווייל איך האב זיך פארגעשטעלט אז מ'וועט זיך נישט קענען רירן
אבער יעדער זאגט מיר אז ס'איז געווען זייער א ווארימער דאוונען

כאילו. האסט נישט געדאוונט אין הופער ווייל ביסט כדרכך אויפגעשטאנען שפעט
טאקע אן טישן, בלויז בענק און געשטאפט פון איין עק צום צווייטן
מ'איז געשטאנען אי ןדי קארידארן און אין די זייטיגע שטיבלעך
אבער אין אלגעמיין איז דער עולם געווען עכט סופרייזט
אז אפילו יד צווייטע וואך, בלויז א לאקאלער שבת, אן די בחורי הישיבה
און אזא הערליכער עולם
זיין טאטע האט נישט געהאט אזעלכע געפאקטע טישן
ווער רעדט נאך ביי שלש סעודות
די טישן און ביי שלש סעודות, איז געווען בלויז דער מיטלסטער טיש, און ארום און ארום זענען געווען פון ביידע זייטן 5 רייעס שמאלע בענק פאר אינגעלייגט
און לאנגע פארעטנשעס די גאנצע לענג פונעםן שאטער
און אלעס איז געווען געשטאפט עד אפס מקום
מ'איז נאך געשטאנען אינדרויסן פון שאטער און געמועסט כנוסח סאטמאר
די שמירות ביי שלש סעודות איז געווען מורא'דיג וארעם
דער רבי האט אנגעפאנגען יעדן שטיקל
די שלש סעודות תורה האט גענומען ארום 45 מינוט
די קידוש לבנה און די רקידה אויף די גאס נאכדעם
ספירת העומר נעכטן נאכט און היינט האט אפגעהילכט
די ד' מלך האט געקלינגן
די תורה נעכט ביינאכט איז געווען א הערליכער דרוש כדרכו יעדן פרייטאג צונאכטס, דער עולם איז געשפריגען
יעדער האט מיטגעהאלטן
די מעשיות נאכ'ן בענטשן
וכו' וכו'
מורא'דיג
מען זעט די בילדער, פארענטשעס פול מיט שטריימלעך
יא יא
פארשטיי איין זאך, דער שבת איז געווען א עכט לאקאלער שבת
אן די בחורים און אן געסט
עס האט געוויזן אז ער האט אין ווילי אליינס אזא ריזיגן ציבור
און דאס איז שוין נאכדעם וואס זייער אסאך אונזערע אינגעליט זענען נישט געקומען דאוונען אהין, ווויל עס איז נישט מעגליך אריינצופיטן
וואו האסטו געזען בילדער?
אויף היידפארק איז דא בילדער
אין ראדני איז געווען אויסגעשטעלט די טיש פרייטאג צו נאכטס פון די זייט. עס זענןע געווען די געווענליכע ברענטשעס פון די צוויי זייטן. און נאר אינדערמיט פון די חלל פון שול
קלענער ווי פאריגע וואך?
יא
פול קלענער
מאקסימום 250 מענטשן
מיט בחורים
דאס איז שוין מאקסימום
ווי נאר מ'האט אויסגעלאשן די לעקטער, זענען מאסן קווינסער בחורים ארויסגעקומען דאווענען בייןם ערשטן מנין אין פאליש
קוק וויאזוי קעניג פארעטנפערט זיך
אז עס איז נישט געווען געהעריג צוגעשטעלט ביים טיש
http://hydepark.hevre.co.il/hydepark/topic.asp?topic_id=1908907
ליין עס
wow
פון זיינע ווערטער זע איך אז די סיגעטע האבן אויסגעפירט
משה איז מער נישט גבאי
יא יא
איך האף נאר אז משה זאל זיך נוקם זיין
קוק אויף די בילדער פון היידפארק ווי געשטופט מ'זיצט
די טענט קען ווען זיין צוויי מאל אזוי גרויס
און דער זעלבער עולם וואלט אירינגעגאנגען
און עס וואלט אויסגעגקוקט פיל
דער סאטמארער עולם האט זיך צליב צו שטופן
מ'האט זיך אזוי צונויפגעפרעסט פארנט



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-7/5/2006 20:15 לינק ישיר 

בא_ללמד:

דוכט זיך אז נאך די בילדער איז יעדעס ווארט איבריג.

איך לייג דא א לינק צו בחדרי חרדים און בחצרות החסידים, וואו איך האב געשריבן די תורה וואס
כ"ק רבינו שליט"א האט געזאגט ביי ש"ס. (די תורה פון פרייטיג צו נאכט'ס האב איך נישט געלייגט, איך גלייב אז דרוש איז נישט אינטערעסאנט דא אראפצוברענגען. עס וואלט יא געווען אינטערעסאנט צו ברענגען וואס רבינו שליט"א האט געענדיגט נאך די תורה [וואס איז געווען געבויט אויף "דברה תורה כלשון בני אדם"], אז די סיבה פארוואס טאקע די תורה האט נישט גערעדט "כלשון בני אדם" (לויט דעם מ"ד) איז געווען דערפאר, ווייל אפטמאל ווען עמיצער זאגט מוסר, נעמט מען אויף די ווערטער מיט א געוויסע קאלטקייט אז "ער זאגט נאר אזוי, ווייל ער דארף אזוי צו זאגן. באמת האלט ער נישט דערביי", אויף דעם ארויף זאגן די חז"ל אז "לא דברה תורה כלשון בני אדם", און מען מוז נעמען יעדעס ווארט און יעדעס אות אין באטראכט).

בחצרות החסידים
http://masoret.hevre.co.il/hydepark/topic.asp?topic_id=1908918

בחדרי חרדים
http://masoret.hevre.co.il/hydepark/topic.asp?topic_id=1908885



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-7/5/2006 20:13 לינק ישיר 

ווארהייט:

די סאטמארער בחורים זענען געבליבן אין קרית יואל אויף שבת.

דער סיגעטער האט געהאט אזא שרעקליכן אויסגעשפילטן שבת, כאטש זיינע בחורים זענען אלע אין וויליאמסבורג.

שבת פרשת תזריע מצורע האט מען געקענט זען ווער עס האט סאטמאר.
שבת פרשת אחרי קדושים האט מען געקענט זען ווער עס האט וויליאמסבורג.

דער סיגעטער איז מיאוס דורכגעפאלן ביידע שבתים.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-7/5/2006 20:12 לינק ישיר 

ר' מרדכי גאלדבערגער



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-7/5/2006 20:10 לינק ישיר 

13hooper

וועלכע נייע פנימער האט זיך אנגעזעהן ?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-7/5/2006 20:07 לינק ישיר 

feineryid:

דער שבת ביי כ"ק אדמו"ר איז די וואך געוועהן ממש מעין עולם הבא

בפרט אז מהאט געזעהן די די חשובסטע זקניי חסידיי סאטמער נאך פין קראלע אין סאטמער וויא זיי
זענען נהנין מזיו השכינה

וויא אויסגעהינגערטע מענטשען האבען די זקניי חסידים ואנשיי מעשה געשלינגען א יעדעס ווארט פין
די טיפזיניגע דבר תורה וואס רבינו שליטא האט געזאגעט

די יודען וואס געדענקען נאך די דברי תורה פין רבינו הקדושדברי יואל זצ"ל פין קראלע אין
סאטמער האבען זיך געפילט וויא אין די אלטע גיטע צייטען ווען זיי פלעגען צי הערען דעם קול ה'
חוצב להבות אש" , אין זיי האבען געדאנקט די באשעפער אז דער נכד אחיו פין כ"ק בעל דבריי יואל
אין נכד העציי חיים זצ"ל בן רבינו הקדוש בירך משה זצ"ל פירט וייטער אן די שלשלת הקדוש פין
די הייליגע משפחת התמרים אין זאגט די הייליגי תורות ,דעם קול ה" ברמה אזווי זיינע הייליגע זיידעס

מזעט ביים טיש דעם זקן אין פארצייטישע חסיד מוה יקותו" ל הערש ווערצבערגער שליטא שטרענגעט
זיך אן צי הערען א יעדעס ווארט דבר תורה וואס קימט ארויס פין מויל פין רבינו שליטא

אויך זעט מען מוה ר' אברהם ישעו" גראס וויא זיין פנים שיינט פין שימחה דקדושה ווען ער הערט
דעם ה" מלך..... פין רבינו שליטא אזוי וויא מעפלעגט הערן אין די אלטע גיטע צייטען

מזעט ביי שלוש סעודות אופן אווען אן זיצט החסיד הישיש מוה ר בעריל פרידמאן אין זינגט זיך
אינטער מיט טרערען אין די אויגען די איר אלטע סאטמערע ניגון.. וזכינו ליראות בנים ובני בנים
עוסקים בתורה ובמצות.......
(מוה ר" בערל פרידמאן איז א פעטער פאר משה גבאי)

מזעט דעם שפרידילדיקער פארצייטישע חסיד מוה ר וואלף גליק ני"ו זיצענדיג אין
WEEL CHAIR, אין די פנים שיינט עם פין שמחה ביים שלוש סעדות טיש אין ער טאנצט אינטער הערענדיק
די שיינע דברי תורה פין רבינו שליטא (ווער עס קען עם וייסט אז ער איז א מבין אויף גיטע סחורה)
(מוה ר וואלף גליק איז א פעטער פין משה גבאי)

אבער די אינטערסאנסטע איז געוועהן ווען רבינו שליטא האט אנגעהויבען צי זאגען תורה אין איז
קימט צי גיין א א גרויסער עולם פין אלע זייטען....

פלוצלים זעט מען א יוד מיט א האלב וויסער בארד געט א שפרונג ארויף וויא א יונגערמאן ...אויף
דעם אווען אן אופן באלעמער וויא עס זיצען די בני היכלא דמלכה....
דער עולם געט זיך א דריי אויס אין מזעט החסיד מוה ר יעקב גליק שליט"א ( ברידער פין ר וואלף
אין א פעטער פין משה גבאי ) אין דערהייך! אווען אן! וויא ער שפיצט זיך דעם אויער אין הערט
צי מיט א דארשט
א יעדעס ווארט פין די דבריי תורה וואס קימט ארויס פין מויל פין רבינו שליטא

אין אז מזעט מוה ר יעקב שליטא וייסט מען אז מאיז אויף די ריכטיגע פלאטץ וויל מוה ר יעקב
שליטא איז א גרויסער מבין אויף גיטע סחורה אין אויף רביסטעווע.....

אשריי עין ראתה אלה!!!!!!!

מילתא דבדיחתא;

מזאגט נאך פין משה גבאי אז "שניי ר" יעקב"ס איכא בשיקא"

והא ראיה אז עס איז א מפורשער געדריקטער י"יוד" פין א פאר חדשים צירוק אין מהאט במפורש געזעהן
אויף דען "אווען אן בילד" צוויא מוה ר יעקב"ס אין משה גבאי טענה"ט אז דער ריכטיגער ר" יעקב
איז באמת געוועהן אין RODNEY

אבער באמת האבען מיר אלא געזעהן מיט די אויגען אז ער מוה ר יעקב איז גוועהן ביי רבינו שליטא
אין די הייעך אויפען אווען אן , אין ער איז געקימען מיט א יונגערמאן מוה אקערמאן אין זיי
זענען געבליבען ביז נאך מעריב......

תוקן על ידי - כל_העולם - 07/05/2006 20:11:33



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-7/5/2006 20:05 לינק ישיר 

אותו_חלומה:

א גוטע וואך
איך בין געווען אין טענט ביי שלש סעודות און איך האב אליינס נישט געגלייבט וואס איך זעה איך מיט א חבר האבן אפגעציילט וויפיל מענטשן פיטן אויף איין שטאק פון די פארענטשעס און עס איז אויסגעקומען צווישן 75 און 80 אויף א שטאק, אונץ האבן נישט גערעכנט די אויבערשטע שטאק וואס יונגעלייט האבן נישט געהעריג געפיט און לויט אונזערע חשבון איז געווען צווישן 1700 און 2000 טויזנט העכער די בר מצוה און דאס איז אן די פארענטשעס אקעגן איבער די אויבן אן וואס דאס איז געווען יונגעלעך.
פרייטאג צו נאכטס בין איך ליידער נישט געווען אבער לויט ווי איך האב געהערט איז געווען כמעט די זעלבע פיל ווי ביי שלש סעודות.
אינמיטן שלש סעודות האבן מיר גערעדט אז עס קען קומען צי א שטיקל פשרה די ארונים דאפן נישט ראדני ווייל עס איס צי קליין, ווייטער די זאליס דארפן נישט די נייע ביהמ"ד ווייל אפילו ראדני איז צי גרויס סא אפשר קען מען טאקע מאכן א שלום.
ושלום על ישראל........



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-7/5/2006 20:04 לינק ישיר 

געשמאק:

Wow

געפאקטע פארענטשעס, אנגעפילט מיט שטריימלעך.

איך האב נאך אזאנס נישט געזען.

ממש א געשמאק...

ישר כח פאר די הערליכע בילדער.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-7/5/2006 20:02 לינק ישיר 

 

פילע טויזענטער ביים שבת שניה, ביי רבינו שליט"א


אלעסאמת

פילע טויזענטער חסידי סאטמאר תושבי וויליאמסבורג זענען זיך צונויפגעקומען לחסות בנועם זיו, פון מרן רבינו הגה"ק מסאטמאר שליט"א. די צווייטע שבת, זינט איבערנעמען די שרביט הנהגה, שב"ק פ' אח"ק תשס"ו.


מ'האט געמוזט בויען א גרויסן שאטער, אין הויף שעל יד ביהמ"ד המפואר, אויף הופער סט.


די בילדער האב איך פריער גענומען, ביי ברכת המזון נאך די הייליגע שלוש סעודות טיש, במעמד אלפים.


 


בילד 1
מ'זעט א חלק פונעם אויבן אן, און רבינו שליט"א
און א חלק פון די פארענטשעס אויף דרום זייט.



 
   

 
בילד נומער 2


מ'זעט דא א חלק פון די פארענטשעס אויף צפון זייט.



 
   
  
בילד  נומער 3
בילד פון צפון זייט.
די פאריגע בילד איז פון דרום, נישט צפון
ואתכם הסליחה



 
 
 
בילד נומער 4


רבינו הגה"ק שליט"א
ר' יעקב חנון, זיצט צווייט פון רבי'ן שליט"א אויף דרום זייט



 
   
 
 בילד נומער 5


בילד פון צפון זייט.



 

שקל_שלם

 
ישר כוח אלעס אמת פאר די הערליכע בילדער, האסט מיך ממש דערקוויקט. ביי אונז איז די שבת געווען
זייער אנגעזעצט אנעם רבין, סאיז א נחת צו זען אז ביי ענק כאטשיק איז געווען אזא הערליכע שבת,
יה"ר לשבת אחרת כן, ומלאך רע בעל כרחו יענה אמן.
אפשר קענסטו אויך שרייבן די תורה פון רבינו שליט"א פאר ווער סהאט נישט געהאט די זכיה צו הערן? 
   
 
שורשנגח
 
איך קום יעצט פון שאטער.


און איך האלט אז ס'איז געועון א גרויסער דורכפאל.
ס'איז נישט געווען קיין טראפ פלאץ ווי צו שטיין.
מ'האט זיך פשוט צוקוועטשט אין דעם 13000 פיסיגן שאטער און ס'איז געווען ממש סכנות נפשות.



מ'דארף אפעלירן צו ר' יצחק ראזענבערג אז מ'מוז עמוירזשענסי צוריקשטעלן דעם גרעסערן שאטער אויף לי קאר ווילסאן.


אפשר דארט וועט מען קענען אטעמען.




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > דער הערליכער געהויבענער שבת אין סאטמאר
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext