כדי אלע באריכטן פון שבת זאלן זיין אויף איין פלאץ עפן איך אויף א נייע אשכול.
נשלח ב-7/5/2006 20:02
פילע טויזענטער ביים שבת שניה, ביי רבינו שליט"א
אלעסאמת
פילע טויזענטער חסידי סאטמאר תושבי וויליאמסבורג זענען זיך צונויפגעקומען לחסות בנועם זיו, פון מרן רבינו הגה"ק מסאטמאר שליט"א. די צווייטע שבת, זינט איבערנעמען די שרביט הנהגה, שב"ק פ' אח"ק תשס"ו.
מ'האט געמוזט בויען א גרויסן שאטער, אין הויף שעל יד ביהמ"ד המפואר, אויף הופער סט.
די בילדער האב איך פריער גענומען, ביי ברכת המזון נאך די הייליגע שלוש סעודות טיש, במעמד אלפים.
בילד 1 מ'זעט א חלק פונעם אויבן אן, און רבינו שליט"א און א חלק פון די פארענטשעס אויף דרום זייט.
בילד נומער 2
מ'זעט דא א חלק פון די פארענטשעס אויף צפון זייט.
בילד נומער 3 בילד פון צפון זייט. די פאריגע בילד איז פון דרום, נישט צפון ואתכם הסליחה
בילד נומער 4
רבינו הגה"ק שליט"א ר' יעקב חנון, זיצט צווייט פון רבי'ן שליט"א אויף דרום זייט
בילד נומער 5
בילד פון צפון זייט.
שקל_שלם
ישר כוח אלעס אמת פאר די הערליכע בילדער, האסט מיך ממש דערקוויקט. ביי אונז איז די שבת געווען זייער אנגעזעצט אנעם רבין, סאיז א נחת צו זען אז ביי ענק כאטשיק איז געווען אזא הערליכע שבת, יה"ר לשבת אחרת כן, ומלאך רע בעל כרחו יענה אמן. אפשר קענסטו אויך שרייבן די תורה פון רבינו שליט"א פאר ווער סהאט נישט געהאט די זכיה צו הערן?
שורשנגח
איך קום יעצט פון שאטער.
און איך האלט אז ס'איז געועון א גרויסער דורכפאל. ס'איז נישט געווען קיין טראפ פלאץ ווי צו שטיין. מ'האט זיך פשוט צוקוועטשט אין דעם 13000 פיסיגן שאטער און ס'איז געווען ממש סכנות נפשות.
מ'דארף אפעלירן צו ר' יצחק ראזענבערג אז מ'מוז עמוירזשענסי צוריקשטעלן דעם גרעסערן שאטער אויף לי קאר ווילסאן.
אפשר דארט וועט מען קענען אטעמען.
נשלח ב-7/5/2006 20:04
געשמאק:
Wow
געפאקטע פארענטשעס, אנגעפילט מיט שטריימלעך.
איך האב נאך אזאנס נישט געזען.
ממש א געשמאק...
ישר כח פאר די הערליכע בילדער.
נשלח ב-7/5/2006 20:05
אותו_חלומה:
א גוטע וואך איך בין געווען אין טענט ביי שלש סעודות און איך האב אליינס נישט געגלייבט וואס איך זעה איך מיט א חבר האבן אפגעציילט וויפיל מענטשן פיטן אויף איין שטאק פון די פארענטשעס און עס איז אויסגעקומען צווישן 75 און 80 אויף א שטאק, אונץ האבן נישט גערעכנט די אויבערשטע שטאק וואס יונגעלייט האבן נישט געהעריג געפיט און לויט אונזערע חשבון איז געווען צווישן 1700 און 2000 טויזנט העכער די בר מצוה און דאס איז אן די פארענטשעס אקעגן איבער די אויבן אן וואס דאס איז געווען יונגעלעך. פרייטאג צו נאכטס בין איך ליידער נישט געווען אבער לויט ווי איך האב געהערט איז געווען כמעט די זעלבע פיל ווי ביי שלש סעודות. אינמיטן שלש סעודות האבן מיר גערעדט אז עס קען קומען צי א שטיקל פשרה די ארונים דאפן נישט ראדני ווייל עס איס צי קליין, ווייטער די זאליס דארפן נישט די נייע ביהמ"ד ווייל אפילו ראדני איז צי גרויס סא אפשר קען מען טאקע מאכן א שלום. ושלום על ישראל........
דער שבת ביי כ"ק אדמו"ר איז די וואך געוועהן ממש מעין עולם הבא
בפרט אז מהאט געזעהן די די חשובסטע זקניי חסידיי סאטמער נאך פין קראלע אין סאטמער וויא זיי זענען נהנין מזיו השכינה
וויא אויסגעהינגערטע מענטשען האבען די זקניי חסידים ואנשיי מעשה געשלינגען א יעדעס ווארט פין די טיפזיניגע דבר תורה וואס רבינו שליטא האט געזאגעט
די יודען וואס געדענקען נאך די דברי תורה פין רבינו הקדושדברי יואל זצ"ל פין קראלע אין סאטמער האבען זיך געפילט וויא אין די אלטע גיטע צייטען ווען זיי פלעגען צי הערען דעם קול ה' חוצב להבות אש" , אין זיי האבען געדאנקט די באשעפער אז דער נכד אחיו פין כ"ק בעל דבריי יואל אין נכד העציי חיים זצ"ל בן רבינו הקדוש בירך משה זצ"ל פירט וייטער אן די שלשלת הקדוש פין די הייליגע משפחת התמרים אין זאגט די הייליגי תורות ,דעם קול ה" ברמה אזווי זיינע הייליגע זיידעס
מזעט ביים טיש דעם זקן אין פארצייטישע חסיד מוה יקותו" ל הערש ווערצבערגער שליטא שטרענגעט זיך אן צי הערען א יעדעס ווארט דבר תורה וואס קימט ארויס פין מויל פין רבינו שליטא
אויך זעט מען מוה ר' אברהם ישעו" גראס וויא זיין פנים שיינט פין שימחה דקדושה ווען ער הערט דעם ה" מלך..... פין רבינו שליטא אזוי וויא מעפלעגט הערן אין די אלטע גיטע צייטען
מזעט ביי שלוש סעודות אופן אווען אן זיצט החסיד הישיש מוה ר בעריל פרידמאן אין זינגט זיך אינטער מיט טרערען אין די אויגען די איר אלטע סאטמערע ניגון.. וזכינו ליראות בנים ובני בנים עוסקים בתורה ובמצות....... (מוה ר" בערל פרידמאן איז א פעטער פאר משה גבאי)
מזעט דעם שפרידילדיקער פארצייטישע חסיד מוה ר וואלף גליק ני"ו זיצענדיג אין WEEL CHAIR, אין די פנים שיינט עם פין שמחה ביים שלוש סעדות טיש אין ער טאנצט אינטער הערענדיק די שיינע דברי תורה פין רבינו שליטא (ווער עס קען עם וייסט אז ער איז א מבין אויף גיטע סחורה) (מוה ר וואלף גליק איז א פעטער פין משה גבאי)
אבער די אינטערסאנסטע איז געוועהן ווען רבינו שליטא האט אנגעהויבען צי זאגען תורה אין איז קימט צי גיין א א גרויסער עולם פין אלע זייטען....
פלוצלים זעט מען א יוד מיט א האלב וויסער בארד געט א שפרונג ארויף וויא א יונגערמאן ...אויף דעם אווען אן אופן באלעמער וויא עס זיצען די בני היכלא דמלכה.... דער עולם געט זיך א דריי אויס אין מזעט החסיד מוה ר יעקב גליק שליט"א ( ברידער פין ר וואלף אין א פעטער פין משה גבאי ) אין דערהייך! אווען אן! וויא ער שפיצט זיך דעם אויער אין הערט צי מיט א דארשט א יעדעס ווארט פין די דבריי תורה וואס קימט ארויס פין מויל פין רבינו שליטא
אין אז מזעט מוה ר יעקב שליטא וייסט מען אז מאיז אויף די ריכטיגע פלאטץ וויל מוה ר יעקב שליטא איז א גרויסער מבין אויף גיטע סחורה אין אויף רביסטעווע.....
אשריי עין ראתה אלה!!!!!!!
מילתא דבדיחתא;
מזאגט נאך פין משה גבאי אז "שניי ר" יעקב"ס איכא בשיקא"
והא ראיה אז עס איז א מפורשער געדריקטער י"יוד" פין א פאר חדשים צירוק אין מהאט במפורש געזעהן אויף דען "אווען אן בילד" צוויא מוה ר יעקב"ס אין משה גבאי טענה"ט אז דער ריכטיגער ר" יעקב איז באמת געוועהן אין RODNEY
אבער באמת האבען מיר אלא געזעהן מיט די אויגען אז ער מוה ר יעקב איז גוועהן ביי רבינו שליטא אין די הייעך אויפען אווען אן , אין ער איז געקימען מיט א יונגערמאן מוה אקערמאן אין זיי זענען געבליבען ביז נאך מעריב......
תוקן על ידי - כל_העולם - 07/05/2006 20:11:33
נשלח ב-7/5/2006 20:10
13hooper
וועלכע נייע פנימער האט זיך אנגעזעהן ?
נשלח ב-7/5/2006 20:12
ר' מרדכי גאלדבערגער
נשלח ב-7/5/2006 20:13
ווארהייט:
די סאטמארער בחורים זענען געבליבן אין קרית יואל אויף שבת.
שבת פרשת תזריע מצורע האט מען געקענט זען ווער עס האט סאטמאר. שבת פרשת אחרי קדושים האט מען געקענט זען ווער עס האט וויליאמסבורג.
דער סיגעטער איז מיאוס דורכגעפאלן ביידע שבתים.
נשלח ב-7/5/2006 20:15
בא_ללמד:
דוכט זיך אז נאך די בילדער איז יעדעס ווארט איבריג.
איך לייג דא א לינק צו בחדרי חרדים און בחצרות החסידים, וואו איך האב געשריבן די תורה וואס כ"ק רבינו שליט"א האט געזאגט ביי ש"ס. (די תורה פון פרייטיג צו נאכט'ס האב איך נישט געלייגט, איך גלייב אז דרוש איז נישט אינטערעסאנט דא אראפצוברענגען. עס וואלט יא געווען אינטערעסאנט צו ברענגען וואס רבינו שליט"א האט געענדיגט נאך די תורה [וואס איז געווען געבויט אויף "דברה תורה כלשון בני אדם"], אז די סיבה פארוואס טאקע די תורה האט נישט גערעדט "כלשון בני אדם" (לויט דעם מ"ד) איז געווען דערפאר, ווייל אפטמאל ווען עמיצער זאגט מוסר, נעמט מען אויף די ווערטער מיט א געוויסע קאלטקייט אז "ער זאגט נאר אזוי, ווייל ער דארף אזוי צו זאגן. באמת האלט ער נישט דערביי", אויף דעם ארויף זאגן די חז"ל אז "לא דברה תורה כלשון בני אדם", און מען מוז נעמען יעדעס ווארט און יעדעס אות אין באטראכט).
וועלעכע זאלי ס'זאגט אז סאיז געעווען ווייניג מענטשען און ביי זיי אסאך וועט אים נישט העלפען אפילו ער וועט אנהייבן פון כיתא א ביז ישיבה ער באלאנגט ניטאמאל און שערי חמלה...
סאו מען דארץ נישט ציילן
נשלח ב-7/5/2006 22:12
ס'איז נישט צום גלייבן וואספארא ווייטן און ברייטן אפקלאנג דער שבת האט געהאט איבער די גאנצע וועלט. איבעראל שמועסט מען איבער די אומגלויבליכע סוקסעס וואס איז געווען.
פאריגע וואך זענען די סיגעטע געקומען מיט כלערליי תירוצים פון וואו סאטמאר האט צוזאמגעשלעפט דעם ריזיגן עולם, אבער די וואך האט יעדער געזען דעם אמת.
סאטמארער רבי האט געפירט א שטריימל-טיש. די בחורים זענען געבליבן אין קרית יואל. די סאטמארע טיש איז געווען סטריקטלי נאר פון וויליאמסבורגער.
ווידעראום דער סיגעטער האט געפירט א היטן-טיש. זיין גאנצע קווינסער ישיבה איז דארט געווען, און ער האט נישט געקענט צוזאמשלעפן אפילו האלב פון וויפיל ער האט געהאט פאריגע וואך.
נשלח ב-7/5/2006 23:22
איך וואלט געוואלט ארויסברענגען א מורא'דיגע זאך וואס איך זעה אז קיינער האט נאך נישט געשריבן דערפון, אין אמת' איז עס ווערט א נייע אשכול נאר אזוי ווי איך קען נאך נישט עפענען אן אשכול מוז איך עס שרייבן דא זייט פאריגע וואך האב איך געזען אז אפילו עלטערע אידן וואס זענען נישט געקומען צום רבי'ן שליט"א די לעצטע זיבן יאר נאר זיי האבן ווייטער געדאוונט אין ראדני זענען יעצט נאכ'ן פטירה פון רבי'ן זי"ע אריבערגעקומען צום רבי'ן (איך רעד נישט פון גבאים ווי א שטייגער ר' שלמה זלמן שטיין נאר איך רעד פון פשוטע תמימות'דיגע חסידישע עלטערע אידן) הרה"ח ר' אבא הירש שליט"א הרה"ח ר' מרדכי גאלדבערגער שליט"א הרה"ח ר' אברהם לעבאוויטש שליט"א די ליסטע איז גרויס נאר די אידן קען איך און איך ווייס ווי זיי האבן געדאוונט ביז יעצט און איך האב זיי געזען די שבת אדער פאריגע שבת ביים רבי'ן ווי אויך האב איך באמערקט אז אינמיטן שלש סעודות האט מען אריינגעברענגט הרה"ח ר' חיים הערש ווייס שליט"א וואס איז געקומען מיט מסירות נפש אין א ווילטשעיר
נשלח ב-8/5/2006 00:00
איך האב געהערט אז דער רבי זאל זיין געזונט האט געהאלטן א דרשה אין ישיבה פאריגע וואך אז ער בעט די בחורים זאלן נישט אריינפארן און וומס שבת נישט צו צושטערן די סדר הישיבה איך נייעס פאר ענק און ישיבה גדולה דסאטמאר וואס איז סמוך ונראה לציון המציונת פון רבותינו הק' לערענט מען שבת אויך... און מען שלעפט אלע בחורים צום טיש יעדע וואך אין וומס אז די דעילי נוס זאל זען א גרויסער עולם...
נשלח ב-8/5/2006 00:07
בא ללמד איך האלט אז דו האסט א טעות. איף, און איך שטעל מיך פאר נאך מענטשען, זיינען
יא אינטערסיערט צו זעהן די רבי'ס פרייטאגס צו נאכט תורות. איך האב נישט געקענט
זיין אין וויליאמסבורג שבת אבער למה נגרע? איך גיי עפענען פאר דעם א באזונדערען אשכול און
איך האף אז דו, צו א צווייטע וועט עס יא ארויפלייגען.
http://hydepark.hevre.co.il/hydepark/topic.asp?topic_id=1909925
תוקן על ידי - wassa_dif - 08/05/2006 0:15:07
נשלח ב-8/5/2006 06:28
יא וואס זאל איך ענק זאגן די שבת איז נאך די געשפרעך פון טאג דא און וויליאמסבורג,
גאנץ וויליאמסבורג רעדט פון די פלאפ פון רז"ל חסידים אז א גאנצע וואך שרייען זיי נעקסטע וואך ווען ער וועט נישט האבן דער עולם פון די גאנצע וועלט וועט מען זעהן ווער עס האט מער און וויליאמסבורג,
נו די גאנצע גאס שמוסט יעצט יא מ'האט געזעהן.... ר' אהרן האט געהאט
נאר און וויליאמסבורג, אן זיין ישיבה, 4 מאל אזוי סאך ווי רז"ל,
שוין מיט דעם וואס רז"ל האט יא געהאט זיין ישיבה