בית פורומים כל העולם כולו

מספד תמרורים זינטאג נאכט און מאנסי

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-7/5/2006 23:40 לינק ישיר 
מספד תמרורים זינטאג נאכט און מאנסי

היינט קומט פאר א מספד תמרורים אויף רביה"ק זי"ע הכ"מ אין סאטמארע ביהמ"ד און מאנסי אויף 13 מאנסי בלווד.



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-8/5/2006 10:52 לינק ישיר 

פאקטן איבער די מעמד ההספדים אין בני ברק*:namespace prefix = o ns = "urn:schemas-microsoft-com:office:office" />

  1. די מייק סיסטעם האט זייער פיין געארבעט די גאנצע צייט חוץ איינמאל האט זיך געמאכט א תקלה פון א מינוט אדער צוויי וואס ס'האט זיך אפגעהאקט אפאר לייט'ס און אויך דער מייק סיסטעם, (רוב לייט'ס זענען געבליבן ארבעטן) אינמיטן די הספד פון הרה"ג ר"י ואבדק"ק סאטמאר אלעד, מ'האט עס גלייך מתקן געווען מ'האט פשוט אויסגעפלאגט די מייק סיסטעם פון איין ווינקל, און אריבערגעפירט צום צווייטן ווינקל, און דערנאך איז נישט געווען קיין שום תקלה ב"ה.
  2. בשעת די מינוט ווען עס איז געווען געסטרייקט איז דער עולם געזעצן צוגענאגלט צו די פלעצער אויסהערנדיג די צוהנדע דברי הספד פון הרה"ג הנ"ל (ווי ווייט מעגליך מ'האט געהערט אן א מייק) און קיינעם האט נישט אינטרעסירט וואס דער פראבלעם איז, און עס איז איז נישט געווען קיין שום איבערקערענישן, ב"ה.
  3. הרב וואזנער איז אוועקגעגאנגען אינמיטן הספד פון מוהר"א כ"ץ שליט"א מחמת חולשת גופו הטהורה, און איז נישט געווען אנוועזנד בשעת ווען ס'האט פאסירט די תקלה.
  4. מ'האט פון קיין איין רעדנער (נישט פון הרב וואזנער און נישט פון הרב כץ) גארנישט ערווארטעט צו הערן עפעס איבער די הנהגה, סוף כל סוף איז זיך דער עולם צוזאמען געקומען כדי צו הערן דברי הספד והתעוררות, און כלפי דעם ממשיך דרכו האט שוין די גאנצער בני ברק'ער עולם מקבל מרות געווען אין די טאג פון די לויה, אזוי אז וואס מ'האט גערעדט נאכדעם איז שוין געווען כיהודה ועוד לקרא.

והמבין יבין אויף וואס איך ענטפער די פאקטן




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-8/5/2006 09:50 לינק ישיר 

אויך איז פארגעקומען א גרויסן הספד אין ביהמ"ד הגדול אין די קרית ויואל משה אין בני ברק, וואו דארט האבן מספיד געווען
הגאון האדיר ר' שמואל הלוי וואזנער בעל שבט הלוי שליט"א
הרה"ג ר' אלי' כץ שליט"א אב"ד הקהילה
הרה"ג ר' חיים צבי מייזליש ר"י ואבדק"ק סאטמאר אלעד
הרה"ג ר' חיים שלום קליין שליט"א מזקני וחשובי הקהילה הק'
הרה"ג ר' יהושע כהן שליט"א מח"ס כרם יהושע

דער אב"ד ר' אליהו כץ שליט"א האט און ענדע פון די הספד געזאגט אז מ'זאל זיך זעהן צוציהאלטן אין מתאחד זיין צו ממלא מקומו וממשיך דרכו בנו חביבו שליט"א.
אויך האט דער ר"י אבדק"ק סאטמאר אלעד ארויסגעברענגט די גרויסע חביבות וואס דער זיידע האט געהאט צו די אייניקלעך, און ארומגערעדט בקול בוכים א לאנגע צייט איבער עובדות והנהגות וואס מ'האט געזען ביים זיידן ז"ל און האט געהנדיגט מיט דעם אז יעדער איינער ווייסט וואס דער רבי ז"ל האט געוואלט בנוגע להמשכת דרכו הק', און דערמאנט אז ווען ס'איז נאר געווען א אסיפה פון גרויסע רבנים אדער פון די קהילה האט ער אלץ אריינגערופן בנו הגדול זיך צוציזעהן וויאזוי צו פירן א עדה קדושה, און ער האט מסיים געווען מיטן נוסח פון דעם בריוו פון כ"ק מרן רבינו שליט"א אז מ'זאל נישט פאליטיזירן און נישט פירן ויכוחי סרק, עס איז דא גענוג וואס צו שמיעסן, עס איז דא א געוואלד תורות און מוסר וואס מ'הערט פון רבינו שליט"א וואס דאס קען מען אלץ איבער שמועסן.
אויך האט הרה"ג ר' חיים שלום קליין שליט"א ארויסגעברענגט דאס ענין אז דער רבי ז"ל איז געווען 7 יאר אין הויז ארעסט און מ'האט נישט צוגעלאזט אז דער חביבות צו בנו הגדול זאל ארויסקומען אין די העפנטליך, אבער דאך איז דער מופת פון רבין ז"ל אז אנשים נשים וטף יעדער איינער ווייסט פונקטליך זיין רצון, און אלע זיינע חסידים האלטן זיך ווייטער מיט, מיטן ממשיך דרכו כ"ק מרן אדמו"ר שליט"א.
דער עולם איז ארויס נאכן הספד מיט אינטערנעמונגען און הנהגות טובות לזכר נשמת רבינו הקוה"ט זצוק"ל נשמתו בגנזי מרומים.




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-8/5/2006 04:55 לינק ישיר 

א ריזן ציבור איז יעצט פארזאמעלט אין מאנסי ביים הספד מר הגה"צ ר' נחום מאיר פאנעט שליט"א איז יעצט מספיד



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > מספד תמרורים זינטאג נאכט און מאנסי
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext