|
|
| נשלח ב-7/5/2006 23:58 |
|
| |
מאנטשעסטער מקבל מרות פון רבינו שליט"א
די מאנטשעסטערער ראשי הקהילה זענען יעצט אריין צום רב שליט"א און איבערגעגעבן אז די קהילה איז
מקבל מרות פון כ"ק רבינו שליט"א, און זיי בעטן אים אז ער זאל זיי נישט פארלאזן.
ווי עס קוקט יעצט אויס איז דאס דער סתימת הגולל אויף די פרשה.
|
|
|
|
| נשלח ב-8/5/2006 00:00 |
|
| |
אגב, היינט איז אריבער א דעלעגאציע פון די צענטראלע קהילה 'קהל מחזיקי הדת' פון מאנטשעסטער
צום רב שליט"א און אים געבעטן אז ער זאל נישט איבערלאזן מאנטשעסטער פאריתומ'ט, ווייל זיי
פלאנען אים אויפצונעמען אלס סגן רב פון די צענטראלע קהילה, היות ווי דער מאנטשעסטערער רב הרב
שנעבאלג איז שוין אויף דער עלטער און ער פונקציאנירט שוין נישט מיט די פולע כוחות.
|
|
|
|
| נשלח ב-8/5/2006 00:44 |
|
| |
דאס איז צושטאנד געקומען נאכדעם וואס איבער 80% מענטשן האבן אינטער געשריבן אז זיי זענען מקבל מרות פון רבינו שליט"א
|
|
|
|
| נשלח ב-8/5/2006 20:41 |
|
| |
אגב האבן שוין די ראשי קהלה מקבל מרות געווען פון רבינו שליט"א ביי די שבעה, ווען הרה"ח רבי בעריש ווייס שליט"א ראש הקהל בן הגה"ק בעל מנחת יצחק זצ"ל און הרה"ח רבי שלום ברוך ראטבארד שליט"א זענען געקומען צו רבינו שליט"א און געבען א קוויטל און מקבל מרות געווען.
יעצט האט די גאנצע קהלה מקבל מרות געווען, פון רבינו שליט"א.
|
|
|
|
| נשלח ב-8/5/2006 21:09 |
|
| |
אלע ראשי הקהילה האבן אונטערגעשריבן נעכטן, אויסער חיים ווייס.
ס'הייסט אז די זאליס גייען עפענען א אייגענע ביהמ"ד (האראדענקא ?), לויטן חשבון האבן זיי ארום
23 מענטשן (פון 110).
די תלמוד תורה איז קלאר ביי סאטמאר, די בית רחל פירט אן בעריש קרויס וואס איז א זאלי, אבער
ס'איז שווער פאראויסצוזאגן וואס ס'גייט בלייבן דערמיט.
|
|
|
|
|
 |
|
|
|
|
| מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
|
|
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.
|