איך האב געשריבן זייער א מאדענעם קעפל, אבער איך שרייב עס, אוטערן איינדרוק פון דעם אינטרעסאנטן אנגעצויגענעם מצב וואס עס הערשט ביי אונז, תלמידי כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א.
כאטשיג עס קוקט אפשר אויס ווי מ'קריגט זיך, איז עס אבער געזונטע קריגערייען. מחלוקת פון געגועים, ווייל ביידע ווילן האבן דעם צדיק, רבינו שליט"א בתוכינו.
מיין פאינט איז אזוי:
עס האלט אצינד ביי א מצב וואס צוליב דעם גרויסן השתוקקות פון די צוויי גרעסטע קהילות וויליאמסבורג - צד א' קרית יואל - צד ב'
ווילן ביידע האבן רבינו שליט"א, אלס א פולשטענדיגער תושב, מידי שבת בשבתו.
ביידע קהילות, מיט אירע טויזענטער תושבים שרייען: עלי יניח צדיק את ראשו
ביידע זענען גערעכט ביידע האבן גוטע טענות אבער ביידע קענען נישט געווינען.
איך עפן דעריבער אויף דעם אשכול צו הערן פון די חשוב'ע גולשים וואס איז איינער מיינונג.
מקוה איד, WRONG.
דעס איז נאר געווען סוף ימיו, אמאל פלעגט די רבי ז"ל זיין רוב יאר אין וויליאמסבורג.
נשלח ב-10/5/2006 18:33
אז מ'מאכט א חשבון האט רבינו ז"ל מער "נישט" געוואוינט אין וומ"ס ווי "יא".
דא איז בערך די גאנצע יאר סייקל:
פון נאך כ"ו אב ביז נאך שמחת תורה - וומ"ס - 2 חדשים אסרו חג ביז פ' ויצא (ב"פ דינער) - פלארידע ויצא ביז נאך חנוכה - וומ"ס - 1 חודש פון נאך חנוכה ביז שבת שקלים - פלארידע שבת שקלים ביז נאך פסח - וומ"ס - 1 חודש אסרו חג פסח ביז אסרו חג שבועות - קרית יואל אסרו חג שבועות ביז קאנטרי סעזאן - וומ"ס - 1 חודש קאנטרי סעזאן ביז כ"ו אב - שעראן ספרינגס/קרית יואל
דעריבער, האלט איך אז דער רבי קען טון די זעלבע זאך, נאר שטאטס זיין אין פלארידע אין שעראן ספרינגס, וועט ער זיין אין קרית יואל, און די וויכטיגע חדשים, די ימים טובים און ימים נוראים וואס דעמאלטס איז בין הזמנים און נישט דא קיין ישיבה און סיז שטארקע געזעגענעכטס סעזאן, זאל ער זיין אין וומ"ס.
דאס אז ער איז ווייט פון חסידים איז באמת נישט קיין לעגיטימע אישו, ווייל עס וואוינען טויזענטער חסידים פון רבינו שליט"א איבער די גארער וועלט, און מ'האלט זיך נונט, די סדר העולם איז אז די חסידים פארן צום רבי'ן נישט פארקערט, יא, אויב מ'קען מאנעווירן אז דער רבי זאל זיין לעבן וואס מער חסידים, מה טוב ומה נעים, אבער דער ערשטער ציל איז אז דער רבי זאל זיין די באקוועמסטע, אזוי ער זאל קענען דינען דעם אייבירשטען מיט די ווייניגסטע מניעות, און אטאמאטיש איז עס א טובה פאר די חסידים אז ער האט וואס ווייניגער שטערונגען צו משפיע זיין מהודו, און סיז קיין ספק איז קרית יואל איז די פלאץ ווי דער רבי וויל זיין, ממילא מוז מען זעהן צו ממלא זיין רצונו.
דאס איז מיין עניית דעתי.
נשלח ב-10/5/2006 18:10
דו האלסט אז די צעטראלע קהלה וועט נאך אמאל זיך אריבערציען קיין קרית יואל? מי יתן והיה!
נשלח ב-10/5/2006 17:42
איך האלט קלאר אז דער רבי דארף וואוינען אין קרית יואל (כאטש אונז וועט עס נישט שמעקן), סיי
וועגן די ישיבה, סיי וועגן ער איז דארט צוגעוואוינט, און בעיקר ווייל דער רבי זי"ע בעל דברי
יואל האט געבויט די שטאט און געוואלט אז קרית יואל זאל זיין דער צענטער פון סאטמאר און נישט
וויליאמסבורג.
וויליאמסבורג וועט לכאורה אמאל נאך ווערן אויסעשפילט קרית יואל נישט אי"ה.
און די אלע יארן וואס וויליאמסבורג האט געהאט דעם רבי זי"ע הכ"מ? דעמאלטס האט וויליאמסבורג געהאט און קרית יואל נאר אביסל. יעצט קענסטו נישט אוועקנעמען פון קר"י אלעס.
און פארגעס נישט. דער רבי וועט זיין אין קר"י אסאך אזוי צו אזוי. ער וועט פון די ישיבה נישט אוועקגיין. ער האט זיך גענומען דעם וועג פונעם יטב לב. וויל מען נאר אז ער זאל דארפן זיין א האלבע וואך אין וויליאמסבורג (ווייל די אנדערע האלבע וואך וויל דער רבי זיין אין קר"י) נו דער רבי דארף מען אזויפיל ארומשלעפען?
נשלח ב-9/5/2006 07:57
איך האלט אז ווילאנג דער רבי קימט אויף וויליאמסבורג מיז דער סיגעטער אויך פירען טיש אין וועט זיך מיזען אנגרייטען עפעס תורהלעך אין מען וועט קענען הערען זייער אפט אוי עס איז צרות
נשלח ב-9/5/2006 02:38
למעשה איז רבינו שליט"א געווען אין קרית יואל די אלע יארען. אין אונז אין ווילי האבען נאר געהאט רבינו שליט"א 2-3 מאל אין יאר.
כרגע דארף אויך וויליאמסבורג די כוחות הנפש פון רבינו שליט"א צו בויען סאטמאר, בשעת קרית יואל שטייט על תילה.
לדעתי זאל רבינו שליט"א זיין אין וויליאמסבורג לכל הפחות ביז עס שטייען אלע אונזערע מוסדות אין שטאט, חוץ פון זומער ווען רבינו שליט"א זאל זיין מיט אחים לדעה אין קרית יואל.