אז מ'מאכט א חשבון האט רבינו ז"ל מער "נישט" געוואוינט אין וומ"ס ווי "יא".
דא איז בערך די גאנצע יאר סייקל:
פון נאך כ"ו אב ביז נאך שמחת תורה - וומ"ס - 2 חדשים אסרו חג ביז פ' ויצא (ב"פ דינער) - פלארידע ויצא ביז נאך חנוכה - וומ"ס - 1 חודש פון נאך חנוכה ביז שבת שקלים - פלארידע שבת שקלים ביז נאך פסח - וומ"ס - 1 חודש אסרו חג פסח ביז אסרו חג שבועות - קרית יואל אסרו חג שבועות ביז קאנטרי סעזאן - וומ"ס - 1 חודש קאנטרי סעזאן ביז כ"ו אב - שעראן ספרינגס/קרית יואל
דעריבער, האלט איך אז דער רבי קען טון די זעלבע זאך, נאר שטאטס זיין אין פלארידע אין שעראן ספרינגס, וועט ער זיין אין קרית יואל, און די וויכטיגע חדשים, די ימים טובים און ימים נוראים וואס דעמאלטס איז בין הזמנים און נישט דא קיין ישיבה און סיז שטארקע געזעגענעכטס סעזאן, זאל ער זיין אין וומ"ס.
דאס אז ער איז ווייט פון חסידים איז באמת נישט קיין לעגיטימע אישו, ווייל עס וואוינען טויזענטער חסידים פון רבינו שליט"א איבער די גארער וועלט, און מ'האלט זיך נונט, די סדר העולם איז אז די חסידים פארן צום רבי'ן נישט פארקערט, יא, אויב מ'קען מאנעווירן אז דער רבי זאל זיין לעבן וואס מער חסידים, מה טוב ומה נעים, אבער דער ערשטער ציל איז אז דער רבי זאל זיין די באקוועמסטע, אזוי ער זאל קענען דינען דעם אייבירשטען מיט די ווייניגסטע מניעות, און אטאמאטיש איז עס א טובה פאר די חסידים אז ער האט וואס ווייניגער שטערונגען צו משפיע זיין מהודו, און סיז קיין ספק איז קרית יואל איז די פלאץ ווי דער רבי וויל זיין, ממילא מוז מען זעהן צו ממלא זיין רצונו.
דאס איז מיין עניית דעתי.
 |
|
|