בית פורומים כל העולם כולו

פארוואס זענען זאליס צושאסן?

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-8/5/2006 23:29 לינק ישיר 
פארוואס זענען זאליס צושאסן?

איך האב נישט געהאט די זכי' מיטצולעבן דעם געהויבענעם שב"ק אין וויליאמסבורג, אבער מהערט
פונעם עולם אז סאיז געווען עפעס מוראדיג, מיינע חברים קומען נישט צו זיך פון די שיינע שבת מיט
די ווארעמע דאווענען און זמירות און די הערליכע תורות, ממש א נייע נשמה.
פון די אנדערע זייט וואו איך טרעף א זאלי הער איך נאר שעלטן, סאיז דא נאר איין נאמען וואס
מקען הערן פון זיי א גאנצן טאג, די נאמען פון רבין זאל זיין געזונט, אויך אין זייער פארום
הערן זיי נישט אויף צו שעלטן, יעדע פינף מינוט קומען זיי מיט פרישע ליגנטס, זיי גרעפצען אויף
נאכאמאל און נאכאמאל אלע אלטע מעשיות וואס זיי האבן אמאל געבאקן אויף סאטמאר, מיט די ערגסטע
און שמוציגע ווערטער און סלאגענס קעגן רבין און די חסידים.
פארוואס זענען זיי אזוי צושמעטערט? זיי האבן דאך אלע בילדינגס, אלע ערליכע אידן, א גרעסערער
עולם ווי אונז, א שענערע רבי ווי אונז, פארוואס הערן זיי נישט אויף צו שעלטן איינמאל און נאכאמאל?



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-9/5/2006 02:03 לינק ישיר 

געוועינליך ביי יעדע אפילו קליינע חסידות'ל די ערשטע וואך טוט זיך א איבערקערניש און די צייטונגן מיט בילדער פון די נייע מלוכה

און וואס איז יעצט געשען ?
קיין איין ווארט האב איך נישט געזען אויף זייער פורום רעדן וועגן זייער שבת און קיין בילדער אוודאי נישט (אפילו זייהאבן צוזאם גערופן די דאנצע מידיא און ווי סאלאמאן זאגט האט ער געזוכט א פלאץ איבער א שעה... שיין פון אים... אזוי צו זיין איבערגעגעבן פאר זאלי... אינטערסאנט אז די אלע ארונים האבן יא געהאט פלאץ אויף אריין און ארויס...) זיי רעדן נאר פון אונזער טענט טענט און נאכאמאל טענט... א רחמנות אויף זיי... מען זעט ווי שטארק ס'באדערט זיי דעם טענט...



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-9/5/2006 00:31 לינק ישיר 

דע וואס שעלטן האבן אייביג געשאלטן!!

אנגעפאנגן פין רבינו זי"ע
האלטן יעצט ביים רבינו שליט"א
האבן שוין אנגעפאנגן צי שעלטן דעם סיגעט'ער פארן איופנעמען משה פאר גבאי



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-9/5/2006 00:30 לינק ישיר 

שקל,
הוא מותיב לה והוא מפרק לה,
דו פרעגסט: פארוואס זענען די זאליס אזוי צושאסן?
און דו הייבסט אן:  איך האב נישט געהאט די זכי' מיטצולעבן דעם געהויבענעם שב"ק אין וויליאמסבורג,
און דאס איז דער תירוץ אויף דיין קשיא,
בעסער געזאגט, אויב וואלסטו געווען אין וויליאמסבורג,
וואלסטו קיין קשיות נישט געהאט,

ב"ה אני הקטן האב יא געהאט די זכי' צו זיין אין וויליאמסבורג אויף שבת צוליב א שמחה משפחתית,
אמת איך בין שפעט אנגעקומען צום טיש, (איך האב דאך געדארפט זיין ביים שלום זכר),
אבער אויסער דעם האב איך מיט געהאלטן דעם גאנצן שבת מיט רבינו שליט"א,
ווי אויך האב איך געהאט די זכי' צו זיין ביים טיש פון רבינו הקדוש שליט"א, פון פאר די תורה ביז צום סוף,
אויך האב איך געהאט די זכי' א בליק צו טון אין ראדני בשעת דער טשיף האט געשפילט רבי און פראבירט צו זאגן תורה,
הא... וואס א פלעדזשער, זיס ווי צוקער...

שקל, איך האט נישט קיין קשיות פארוואס זיי זענען אזוי צושאסן,
אז זיי האבן נישט געקענט צוזאם שלעפן קיין 100 בעלי בתים,
אז זיי האבן נישט געקענט צוזאם שלעפן מער ווי 100 בחורים,
בשעת דער פארפיינטער... (רבינו הקדוש) האט אנגעפילט א שאטער פון קרוב צו 10,000 סקווער פיס,
און בעיקר אז דאס זענען געווען תושבי וויליאמסבורג,
איך ווייס נישט צו עס זענען געווען 25 מענטשן פון די פרעמד, אלעס איז געווען איינוואונער פון וויליאמסבורג,
וואס לויטן חשבון האט זיי משה גבאי אסיינד צו זלמן לייב, זיי דארפן דאך באלאנגען צו די זאלונים...

יא, איך ווייס אז דער שאטער איז נישט מער ווי 250 סקווער פיס, און אפילו דאס איז געווען ליידיג,
יא, ס'איז געווען פיל מיט ראטן, יא יא, איך ווייס אלעס, איך האב דאך דאס אליין געזען...,
זאלישלעך, זלמן לייב האט נאך אזא עולם נישט געהאט, "קאמביינד אלע זיבן יאר",
ער קען לעקן אלע שונאי רבינו זי"ע ולהחבחל"ח שונאי רבינו שליט"א,
אבער אויף צו זיין א האלבע נאכט פאר עם זענען זיי נאכנישט גרייט,

רבותי, דער רבי שליט"א האט איבער גענומען דעם שרביט המלוכה מיט א שטורם, גאנץ וויליאמסבורג לאכט פון די צושאסענע זאליס, וואס פרובירן צו פארקויפן אז ס'איז "נאר" געווען 4 מאל אזויפיל אין טענט, ווען יעדער האט געזען אז בשעת ער האט געהאט לכל היותר צוזאמען מיט די בחורים אפשר 250 מענטשן, איז געווען אין טענט לכל הפחות 3000 מענטשן אן די בחורים פון קרית יואל... ועל דא, וויינען זיי און זיי שעלטן, מיט זייער מנוולות, שקרים, און ליצנות, רעכענענדיג אז דאס וועט אביסל הייבן דעם צושאסענעם מאראל פון די דערביטערטע אינגלעך,
איך קען קוים ווארטן דער רבי זאל קומען צו אונז קיין בארא פארק אויף שבת,
תוקן על ידי - יענקעלע11 - 09/05/2006 0:44:05



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-9/5/2006 00:17 לינק ישיר 

וואס פארשטייסט דו נישט? חוץ פאר וואס זיי זיינען עהרליכער ווי אונז, ווילען זיי ווייזען אז זיי קענען שעלטען בעסער אויך.



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מנותק
נשלח ב-8/5/2006 23:48 לינק ישיר 

דאס גייט שוין אן זייט די ערשטע מעכטיגע שבת וואס כ"ק רבינו שליט"א האט געהאט דאס האט זיי אראפ גענומען פון זינען און יעצט מיטן צווייטען מעכטיג שבת האט זיי נאך מער צו בראכן

און דאס אז ביי זיי איז געווען ליידיג ליידיג ממש נאכדעם וואס זייערע פירער האבן געזאגט די וואך וועט מען זיי ווייזן דאס האט זי צו בראכן אויף פיצי שטיקלך

אמאל פלעגן זיי נאך שרייבן צוווישן אלע ליגענטס איין אמת זייט די ערשטע מעכטיגע שבת האבן זיי נאך נישט געשריבן קיין איין ווארט אמת



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > פארוואס זענען זאליס צושאסן?
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext