| נשלח ב-9/5/2006 19:17 |
|
| |
ר' חיים דוד כ"ץ רעזיגנירט !!!
האב דאס באקומען אין אישי:
לכבוד ר' יוסף אלי', אזוי ווי איך נישט קיין רשות כתיבה, ביטע דאס פויסטן,
איך האב היינט גיהערט אז ר' חיים דוד כ"ץ האט נעכטן נאכט ביי א שטורעמישער מיטינג ציווישן עם מיט די ראשי הקהלה פון בארא פארק, ווי זיי האבן פארלאנגט אז ער זאל אדער מקבל מרות זיין פון כ"ק אדמו"ר שליט"א, אזוי ווי עס האבן געטון דער רב שליט"א, די ראשי הקהלה, און רובא דרובא פון חסידי סאטמאר אין בארא פארק, און אויב וויל ער נישט, זאל ער זיך אפזאגן פון דיינות, כדי מונע צו זיין אינערליכע מחלוקות, לכתחילה האט ער צוזאמען מיט צוויי פון זיינע מענטשן וואס זענען דארט געווען, זייער מיאוס גענטפערט פאר דעם שליח פון קהל, ער האט געשריגן מי שמך, ווער ביסטו מיר אזוי צוזאגן, דו קענסט מיר נישט איינטיילן, וכו',
דער שליח האט זיי גענטפערט אז ער איז נאר א שליח פון די ראשי הקהלה, און אז ער דארף נאר ענטפערן "הלנו או לצרינו", ווען ער האט נישט געוואלט איבער נעמען דעם בריעף פון די ראשי הקהלה, האט דער שליח אנגערופן די ראשי הקהלה, און זיי זענען ארויף געקומען, 7 חברי וראשי הקהלה, צעווישן זיי 3 עלטערע אידן וואס האבן געקענט זיין ר' חיים דודס זיידע, זיי האבן צו עם גערעד מיט דעם גרעסטן רעספעקט, און עם מסביר געווען, אז ער קען נישט זיין דער דיין פאר א עולם וואס האלטן אנדערשט ווי ער, און אז דאס וועט נאר גורם זיין כסדרדיקע מחלוקתער און איבערדרייענישן אין בית המדרש, ער האט זיי גענטפערט מיט חוצפה, אז קיינער קען עם נישט אנטיילן מיט וועם צו האלטן, אפילו דער רב אויך נישט, און אז ער איז נישט משועבד צו די בארא פארקע ראשי הקהלה, ווייל די שכירות באקומט ער פון וויליאמסבורג, האבן זיי עם גענטפערט אז ער האט טאקע א רעכט צו באשליסן מיט וועם ער וויל האלטן און טאקע וועגן דעם זענען זיי דא געוואויר צו ווערן מיט וועם ער האלט ביים גיין, האט ער זיך אנגערופן מיט א כעס, ווייסט איר וואס, איך געב אויף, איך בין מער נישט ענקער דיין, איר קענט אייך נעמען א נייעם דיין, ווייל איך קים מער נישט צו ענק אין בית המדרש, עטץ וועטס ענק נאך בענקען נאך מיר,
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-9/5/2006 22:21 |
|
| |
ב"ה אז ר' יחזקאל ראטה איז מקבל מרות
אבער וואס טוט זיך מיטן סקול דיסטריקט האט ער שוין אויסגעזאגט דעם אמת אז ס'איז נישט געווען
מער ווי אז הגריח"ם פר"מ האט אים פארדרייט א קאפ אז ס'איז מינות וכפירה
ווי באקאנט איינער איז אריין צום רבי'ן זצ"ל זיך געזעגענען האט דער רבי אים געפרעגט וואס איז
דיין פרנסה האט ער גענטפערט אז ער ארבעט אין סקול דיסטריקט
גוט זיך דער רבי א רוף אן בלשון קדשו:
"אזוי! און אידן האבן נאך אויך פרנסה דערפון? נו וואס וויל דער דיין פון מיר?"
BTW וואס האלט ר' חיים דוד כץ וועגן די סקול דיסטריקט? מען האט אים אויפגענומען אלץ דיין נאר
וועגן די פרשה... האט ער אויך צוריק געצויגען
[הערה: דא דארף מען שרייבן אויף יעדן ר', אן קיין לשונות של גנאי.
א דאנק. די הנהלה.
תוקן על ידי - כל_העולם - 09/05/2006 22:26:06
|
|
|
|
| נשלח ב-9/5/2006 21:34 |
|
| |
אפאר פונקטן בנוגע הגאון ר' חיים דוד כ"ץ שליט"א.
1. לפי ידיעיתי, די אלע פארהאנדלונגען מיטן דיין שליט"א איז מיט די גרעסטע מאס דרך ארץ און רעספעקט, די אלע מעשיות אז מ'קריגט זיך און מ'איז פוגע בכבודו איז א טרוקענער ליגענט.
2. די איינציגע סיבה פארוואס די בארא פארקע קהלה איז אזוי אויסן אז דער דיין זאל זיך גענצליך צושטעלן און מקבל מרות זיין פון רבינו שליט"א, איז נישט ווייל מ'זוכט צו ארויפצווינגען עפעס אויף איהם, נישט אונז זיך מיר נאך א חסיד, אויך נישט ווייל אונז האלט מיר אז דאס נעמט עפעס אוועק פון זיינע קוואליפיקאציעס פון זיין א דיין, לא מינהו ולא מקצתו, די סיבה איז איינע און זייער א פשוט'ע, צו פארמיידן מחלוקת, אינסטעבילטי און מהומות.
3. סיז בדוק ומנוסה אז א קהלה ומוסד, נישט קיין נפק"מ וועלכער צד, וואס נעמט נישט א קלארע שטעלונג און מאכט נישט זיכער אז יעדער ארבעט מיטן זעלבען ציל, איז א קלארע רעסעפי פאר דיזעסטער, סיז א זאך וואס מ'איז מחויב צו מסדר זיין בעוד מועד, אנדערש איז לא ימלט אז עס וועט זיין איבערקערענישן, חילול השם און עגמות נפש וואס מ'וועט שטארק חרטה האבן.
4. אויב ר' חיים דוד האלט זיך נישט ביים אונטערווארפן, איז פאר די אינטערעסע פון די קהלה, אז ער זאל זיך אפטיילן, אפי' אויב ער וועט מיטנעמען מיט זיך מענטשן, עס איז טויזענט מאל בעסער צו האבן ווייניגער חסידים אבער שלום ושלוה ווי פארקערט
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-9/5/2006 21:13 |
|
| |
ברוך שפטרנו מענשו שלזה ! איך האב געציטערט אז די קהילה זאל נישט באגיין דעם טעות און אים האלטן !
|
|
|
|
| נשלח ב-9/5/2006 21:03 |
|
| |
מען דארף פון אים פטור ווערן ווי שנעלער. ער זאל זיך גיין ווי די אויגן טראגן אים. און סאטמאר חסידי וועלן זאגן פרייליך די ברכה ברוך שפטרני מעונשו שלזה. ער וועט קענען טאן וואס זיין ברודער זושא טוט א גאנצען טאג שטיפען די צייט.
|
|
|
|
| נשלח ב-9/5/2006 21:01 |
|
| |
איך האב געהערט אז ר' יחזקל ראטה האט געשיקט א מעסעדזש נאך אינמיטן די שבעה אז ער איז מקבל מרות פון רבינו שליט"א, און מען זאל אים צוריק נעמען אלס דיין, אויב איז עס אמת , קען זיין אז די ראה"ק ווארטן נאר צי הערן פון ר' חיים דוד'ן אז ער רעזיגנירט, וועט מען צוריק אויפנעמען ר' יחזקאל
|
|
|
|
| נשלח ב-9/5/2006 20:41 |
|
| |
וואס האט מען פארלאנגט פון עם עפעס ממשות?, וואס מיינט מיט וועם ער האלט? וויל מען דען וויסן פון וועם ער טראכט ביי "על הצדיקים"? עפעס פארשטיי איך נישט די גאנצע פרשה, ער האט שוין געוויזן אז ער באלאנגט צו די שונאי רבינו שליט"א, יעצט דארף מען ען ווייזן די טוהר...
|
|
|
|
| נשלח ב-9/5/2006 20:11 |
|
| |
איך פארשטיי נישט, ער האט דאך שוין גערעדט אין ראדני סט., אין אויפגענומען רז"ל, וואס איז נאך שייך צי געבן תשובה? לענ"ד איז עס קעיס קלאוסד!
|
|
|
|
| נשלח ב-9/5/2006 20:05 |
|
| |
לפי ידיעתי איז עס נישט אמת
ער האט נאך נישט גיגעבען תשובה
וטעות לעולם חוזר
|
|
|
|
|
 |
|
|
|
|
| מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
|
|