| נשלח ב-9/5/2006 22:13 |
|
| |
מאנטשעסטער - מחוצפים עפן אייגענע שול
זיי האבן זיך נישט געשפירט דאס פלאץ, און נישט געקענט קוקן דעם רב אין פנים לייקענען דעם אפענעם פאקט, האבן זיי אפגעיאגט
|
|
|
|
| נשלח ב-28/5/2006 20:11 |
|
| |
יא, ס'איז אמת. זיין זון האט אים אהינגעשלעפט, אבער אפילו זיין זון דאווענט נישט דארט געהעריג זיי זענען נאר אהינגעגאנגן צום שלושים סעודה.
|
|
|
|
| נשלח ב-28/5/2006 19:47 |
|
| |
קיינער האט מיר נישט גענטפערט, וועל איך פרובירן נאכאמאל
אין איד שטייט אז ר' בעריש ווייס איז געווען דארט ביי די שלשים סעודה, איז עס אמת?
|
|
|
|
| נשלח ב-26/5/2006 23:19 |
|
| |
איך קען אויך קאמפערמען וואס "געגאנגען" האט געזאגט, אבער בערך 6 מענטשן וואס האבן געדאווענט דארט האבן אפילו נישט געדאווענט אין סאטמאר ביז יעצט, נאר אין אנדערע שולן, די שאלה איז צו זיי וועלן בלייבן דארט דאווענען צו נישט, אויב נישט האב איך מורא זיי וועלן בלייבן מיט פונקט א מנין ספרדיס.
|
|
|
|
| נשלח ב-26/5/2006 22:49 |
|
| |
פון די 18 מענטשען וואס דאווענען דארט האט יעדער אן אנדערע פראבלעם אין אן אנדערע כעס פארוואס ער דאווענט דארט, יעדער בלאזט פאר עפעס אנדערש.
טיילן פון זיי
שונאים פון מרן רביה"ק בעל ויואל משה זי"ע שונאים פון מרן רביה"ק בעל ברך משה זי"ע שונאים פון מרן הגה"ק רבינו שליט"א שונאים פון מרן ר' ישרא' חיים הארוויטץ שליט"א
בני יואל זאליס נטורי קרתא וכו'
עס איז גוט צו דאווענען מיט די אנגעזעצטע פארבלאזענע מענשטן אפשר תשעה באב ביי איכה...
|
|
|
|
| נשלח ב-26/5/2006 21:55 |
|
| |
אין איד שטייט אז ר' בעריש ווייס איז געווען דארט ביי די שלשים סעודה, איז עס אמת?
|
|
|
|
| נשלח ב-26/5/2006 21:45 |
|
| |
איין תפילה איז געווען 19, איין תפילה 18.
עכטע סאטמארע זענען דא אין יענע שול פונקטליך 5 !!!!!!!!!!!
די איבריגע זענען נישט קיין סאטמארע וואס פלעגן דאווענען אין סאטמאר, און זיי זענען אנגעבלאזן
סתם אזוי אויף די סאטמארע שול,יעדער וועגן עפעס אנדערש.
אזוי ווייט, אז ביי זייער שלשים סעודה האבן זיי נישט געהאט ווער ס'זאל רעדן, נאר צוויי
אפגעריסענע ספרדי'שע, וואס איך קען ניטאמאל איבערזאגן די נעמען (רוח, און מאלול, אזוי האט מען
מיר געזאגט)...
|
|
|
|
|
| נשלח ב-26/5/2006 21:42 |
|
| |
איך האב געהערט פון איינעם און מאנשעסטער אז נאר 18 מענטשן האבן דארט געדאווענט און די סאטמארע שיל און מאנטשעסטער פלעגן ביז יעצט דאווענען א 150 אידן 80 זענען סאטמארע די איבריגע זענען סתם מענטשן פון שטאט יעצט ווען די זאליס האבן געפענט אן אייגן שיל האבן זיי אוועק גענימען 18 מענטשן און עצט דאווענען און סאטמאר נאר 132מענטשן 62 זענען סאטמארע און די איבריגע מענטשון פון שטאט
|
|
|
|
| נשלח ב-26/5/2006 21:35 |
|
| |
פאריגע וואך שבת האבן אין די נייע סיגוטער שול געדאוונט 19 מענטשן. אין שפיץ פון איינעם
מעללער, א וואן מען בענד שפילער וואס ער איז די שיינע איד דארט...
די נייע שול איז אפגעפרעגט אין די גאנצע שטאט, וואו כ"ק הגה"צ ר' ישראל חיים, דער רב אין
סאטמאר, איז אויסטערליש שטארק רעספעקטירט פאר זיין תורה און צידקות.
|
|
|
|
| נשלח ב-10/5/2006 21:00 |
|
| |
פיו הכשילו
אזוי שרייבן זיי דארט
און זיך קענען אונטער ווארפען אונטער די הנהגה פון כ"ק רבינו שליט"א וואס ווי אלע ווייסען, און אלע האבן שוין געזעהן, במשך די פארגאנגענע יארן אז אפי' פאר כל הון דעלמא האט ער זיך אוועק גערירט פון אונזער הייליגע דרך, -- פאקטען זענען איבעריג ואיכמ"ל --
אפילו א ליגענער גליטשט זיך אמאל ארויס דער אמת
|
|
|
|
| נשלח ב-10/5/2006 20:58 |
|
| |
זייער גוט. ווער ס'וויל נישט בלייבען זאל זיך רוהיג גיין. אונז פעלט נישט די מענטשען. וואו
איז דער חוצפה?
|
|
|
|
| נשלח ב-10/5/2006 20:40 |
|
| |
אהיער אין אהין! קלאר און צום זאך!
תלמידי וחסידי סאטמאר אין מאנטשעסטער האבן געמאכט די ברכה מיט גרויס שמחה ברוך שפטרני, אויף די 16 משוגעים וואס באשטייט פון טייל: שונאים פונעם ברך משה זי"ע, שונאים פון סאטמר בכלל, 2 וויזניצ'ע, א טאשער, וכו' אין אונזער הייליגע קהלה אין מאנטשעסטער, וואס זענען זיך אוועק געגאנגען ווי די אויגן טראגען זיך און איבערגעלאזט אונזער הייליגער קהלה במנוחה און עס וועט ווייטער בליען לשם ולתפארת, בנשיאות כ"ק מרן אדמו"ר הגה"ק שליט"א.
די ביהמ"ד וועט אי"ה ווייטער בליען לשם ולתפאראת, אזוי אויך האפן מיר אז זיי וועלן זיך ארויס נעמען די קינדער פןן תלמוד תורה, וואס האבל פון זיי צאלן כמעט נישט שכר לימוד, און מען וועט קענען מאכן ברוך שפטרני בשלימות גמור אי"ה.
הודו לה' כי טוב לעולם חסדו!!!
דאס איז וואס קרן שעלט אין חדשות זאליס און שרייבט די הנהלת הקהילה זאגט אונז גיי מיר זיך נישט מיט אייך שלאגן, פטור איז פטור, מען גרינדעט א נייע קהילה "קהל יטב לב דסאטמאר מאנטשעסטער", עטליכע עשירים הייבן זיך אן רייסן נאך די מצוה זוכה צו זיין אויסצוצאלן די נייע פרעכטיגע בית המדרש דקהל יטב לב אין מאנטשעסטער, וואס גייט בעז"ה אויפגעשטעלט ווערן לשם ולתפארת. און לכאורה איז שלום ושלוה.
א צווייטער זאלי מאכט אזא חשבון און טאנצעט ארום מיט פרייד אז די אהרונים האבן פולשטענדיג איבער גענומען די ביהמ"ד און די תלמוד תורה, אזוי:
אלע תלמידי וחסידי סאטמאר פון איבער די גארע וועלט דאנקען און לויבן דעם באשעפער אז ב"ה מען איז נאר אפגעקומען מיט שרעק, אבער ב"ה ברוב רחמיו וחסדיו האט דער באשעפער אונז נישט פארלאזסט און אלעס איז ב"ה געקומען על מקומו בשלום זיי זענען דארט געבליבן מיט זייער "נקיטת חפץ" (געכאפט און גע'גנב'ט א ביהמ"ד, בלע"ז)
און תלמיד וחסידי סאטמאר האט ב"ה זייער אייגענע ביהמ"ד און שלו' על ישראל.
יעצט האב איך שוין די תירוצים פון די זאליס ווען זיי גייען פארלירען אין ווילי די געריכט און ארויספליען פון ראדני, וועלן זיי די ניגון איבער זינגען מיט פרייד.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-10/5/2006 18:59 |
|
| |
פאטאקי
מען דארף נישט ענטפערן ווייל די פאקטן איז זייער קלאר
פאקט נומער איינס
סאטמאר איז קלאר געבליבן מיטן גאנצן ציבור, און ווען מען רעכענט צוזאם דער ציבור סאטמארע חסידים וואס קומען צו די תפילות פון רבין שליט"א מיט דעם ציבור שונאי סאטמאר וואס גייען צו רבי זאלישל קומט דאס אויס יעדעס מאל מינימום 4 צו 1, צו די ערשטע וואך ווען עס איז געווען פון אלע שטעט, צו די צווייטע וואך ווען עס איז געווען נאר וויליאמסבורג וואס אין פראצענט איז עס 80 פראצענט אדער מער צו 20 פראצענט אדער ווייניגער
פאקט נומער צוויי
סאטמאר וועט בעז"ה האבן ריזיגע פערמענאנטע בנינים, בתי מדרשים, ת"ת, אויפן גרעסטן פארנעם, און אנגעפילט מיט היימישן ציבור, ערוואקסענע אין די בתי מדרשים און קינדער אין די ת"ת,
פאקט נומער דריי
צו די בנינים וועלן זיין די עקסזעסטירענדע בנינים, ווי די אייזן געביידע אויף ראס און ווילסאן, און די תלמוד תורות ווי ויואל משה מיט די אנדערע, דאס וועלן מיר אי"ה וויסן אין די נעקסטע 4-6 וואכן
פאקט נומער פיר
די זאליס רעכענען זיך נישט מיט קיין פאקטן, און לעבן נישט אין מציאות, נאר אין דמיון
דעריבער איז איבעריג, און ארויסגעווארפן, און אומזינסט זיך צו טענה'ען מיט זיי, אזויפיל איז גוט, אז איינער פון די זאליס זאל כסדר אראפברענגן זייערע שטותים אויף אונזער פארום, מיר זאלן נישט דארפן קריכן אויף זייער פארום צו וויסן ווי ווייט פון שכל און פון מציאות די זאליס געפינען זיך
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-10/5/2006 18:09 |
|
| |
וואס האלט דער עולם?
זאל איך ענטפערן נאכאמאל די זעלבע ווערטער פאר דעת_מנין אויף איבערשרייבן נאכאמאל זיין דזשויק תגובה "קליינע פארלאזטע פארשטופטע ביים עק שטאט" זאל איך אים נאכאמאל ענטפערן? וואס האלט דער עולם?
|
|
|
|
| נשלח ב-10/5/2006 17:31 |
|
| |
זיי נישט באזארגט, זיי זענען ביטער אנגעזעצט, זיי האבן נאר 20 מענטשן פון 120, זיי גייען
אוועק פון א רב וואס איז פון די גרעסטע תלמידי חכמים בדורינו כאטש ער בלאזט נישט פון זיך,
מוזן זיי נעבעך מאכן מעשיות כאילו ר' ישראל חיים גייט זיך צו איינעם בעטן.
דער זעלבער ר' ישראל חיים וואס האט נעכטן מסכים געווען אויפצוגעבן די גאנצע קהילה צו מקיים
זיין די צוואה פון רבי'ן זכרונו לברכה, ער גייט זיך יעצט בעטן ביי 20 מענטשן ? וואו איז ענקער
שכל, אז מ'מאכט א מעשה זע ס'זאל כאטשיק האבן הענט און פיס !
|
|
|
|
| נשלח ב-10/5/2006 17:22 |
|
| |
does someone realy knew whats going on there in manchaster the misnagdem in the other fourm r trying to claim victory we could not belive them a word they live in a dreamland if someone knews what the emes is please let us knew
|
|
|
|
|