כ'האב ארויסגענומען די אנשי שלומינו ליסטע פין תשס"ג אנאלאזירט די מצב
דאס זענען טיילווייזע חשבונות
אנטווערפין 159 משפחות מאנטשעסטער 86 משפחות מאנטריאל 274 משפחות קרית טאהש 88 משפחות בני ברק 728 משפחות
תוקן על ידי - hotwire - 10/05/2006 3:17:05
נשלח ב-10/5/2006 03:24
כלליותדיגע נומערען
אנשי שלומינו אין אמעריקא - 12,608 משפחות אייראפע (און די איבעריגע וועלט) 1536 משפחות ארץ ישראל 1333 משפחות
נשלח ב-10/5/2006 16:13
אשר על כן?
לאנדאן?
ירושלים?
ברענג אלע מספרים
דערנאך
let the debates begin
נשלח ב-10/5/2006 17:40
קליינערקאפ, אשר על כן גארנישט,
פשוט די טעג האנדעלט זיך איבער קהלות איבער די גארער וועלט, האב איך געטראכט אז לתועלת הענין איז גיט צוזעען פון וואס דא האנדעלט זיך, ווי גרויס די קהלות זענען
נשלח ב-10/5/2006 17:48
ברענג אבער אלע
נשלח ב-10/5/2006 18:03
ביזט זיכער אז בני ברק איז דא 723 ? אדער דו מיינסט אפשר בארא פארק איך מיין די האסט זיך טועה געווען
ווצב"ש אין מאנטריאל איז נישטא קיין 200 "מעמבערס" אבער עס קען זיין אז עס איז דא 274 "פאנדרעיזינג אדרעסן
אבער לכאורה איז בכלל מאתים מנה, מער ווי די אנש ליסטע איז "לכאורה" נישט דא
נשלח ב-10/5/2006 18:59
די אנשי שלומינו ליסט ציילט 723 אין בני ברק
נשלח ב-10/5/2006 19:03
האטווייער רוב פון די מענטשען וואס שטייט און אנש ליסט האט מען נישט געזען אמאל ארייןטרעטן אין א סאטמערע ביהמד אדרבה פרעג דיך נאך צו און די סאטמארע ביהמד און בני ברק אדער אין די מוסדות דאווענען אדער לערנען אזויפיל מענטשען
נשלח ב-10/5/2006 20:37
אין בני ברק איז דא צווישן 450 און 500 משפחות.
נשלח ב-10/5/2006 21:41
הבהרה!
א יעדער איינער ווייסט און פארשטייט אז די אנשי שלומינו ליסטע איז א איבערגעטריבנע ליסטע, אבער למעשה קיין בעסערע ליסטעס איז נישטא, אדרבה אויב איינער האט זאל ער עס ארויף לייגען.
די אקטועלע נומערן אויף יעדער מקום איז לכאורה קלענער ווי די אנשי שלומינו ליסטע
נשלח ב-10/5/2006 22:03
לכאורה די רשימות פון די לעצטע צווי וואלען איז בעסער לכל הפחות אין אמעריקע.