| נשלח ב-10/5/2006 03:08 |
|
| |
הרה"ג רא"ל שטיינמאן שליט"א לארה"ב
הרה"ג רא"ל שטיינמאן שליט"א לארה"ב די ראש ישבה קומט אן נעקסטע וואך בה"ב ווי ער וועט זיין און קאנדא, לאס אנדשלעס, און שב"ק במדבר און מאנסי, פרטים יבאו הכונו לקבל פנים פני הגדול הדור
|
|
|
|
| נשלח ב-19/5/2006 19:54 |
|
| |
א געהויבנעם באזוך איז געווען און מאנטראיל, ווי מאיז געווען און סקווער, בעלז בתי מדרשים מיט טויזענטער מענטשן בלע"ה,
ברוך הבא בשם השם לניו יארק
די ר"י איז יעצט און לעיקוואד, און שבת וועט ער פירען און מאנסי, די תפילות מיט ש"ס קומט פאר אין א גרויסען טענט בחצר ר' שמעון גליק, RT 306,CORNER WEST MAPLE אנטקעגן איבער ר' ח"ל ראטנבערג'ס חדר יהא באו לברכה
http://masoret.hevre.co.il/hydepark/topic.asp?whichpage=10&topic_id=1917141מאנטראיל
|
|
|
|
| נשלח ב-16/5/2006 18:35 |
|
| |
לאמיר יעצט אריין טראכטן אביסל מער לעומק.
מיר זענען דאך אלע סאטמארע חסידים וואס גייען אויפן וועג פון רביה"ק זיע"א. וואס איז טאקע די חילוק צווישן דער ר' קוק מיט להבדיל דער הייליגער חזון איש זיע"א. פארוואס דער חזון איש איז קדוש ונורא, און דער קוק איז לדיראון עולם?
די תשובה איז פשוט, דער קוק האט געגעבן כבוד לרשעים אלס חנופה, ער האט גערעדט בשבחם, ער האט זיי מחזק געווען, ער האט געזאגט כסדר דברי מינות וכפירה, ער האט געזאגט אז א איד וואס שפילט בייסבול אין ארץ ישראל אין שבת קודש, איז חשובער פון א איד שומר תורה ומצוות אין חו"ל עפ"ל. ער איז געווען דער פערטע פיס פון די רשעים עוקרי ברית אין ארץ הקודש. וועגן דעם איז ער לדיראון עולם.
לעומת דעם, דער הייליגער חזון איש, האט געהאלטן פון ב"ג שר"י פונקט וואו אונץ אלע, און טאמער ס'וואלט געווען ביכלתו וואלט ער איהם דן געווען מיט מורידין ולא מעלין. דער חזון איש האט געהאלטן אז עיברייש איז א טמא'נע שפראך, פון די רשעי הציונים. אבער ער האט געהאלטן אז כדי צו ראטעווען כלל ישראל פון זייערע האנט און רשעיותדיגע פלעינער, מעג ער זיך טרעפן מיט ב"ג שר"י אין זיין שטוב בסבר פנים יפות, כדי מבטל זיין די ביטערע גזירות פון גיוס בנות מיט גיוס בחורי ישיבות. ער האט געהאלטן אז כדי צו ראטעווען טויזנטער אידישע קינדער וואס נעבעך האבן זיי מגדל געווען אויף די טמא'נישע עיברית, דארף מען לערנן אין די חדרים און ישיבות אויף עברית, כדי זאלן זיי אויך קאנען קומען לערנן. און ס'איז באקאנט זיין ווארט אויף דעם מיט'ן גענעראל וואס טוישט די חזית המלחמה. דאס זעלבע איז וועגן בחירות, אז זיי האבן עס נישט געמאכט אלס התחברות לרשעים, נאר פארקערט כדי צו ראטעווען פון זיי.
דאס איז פונקט די נקודת המחלוקת צווישן אונץ וואס מיר גייען אין די הייליגע שיטה מיט זיי. אונץ האט דער רבי זיע"א אויסגעלערנט, אז קיין זאך שבעולם איז נישט מתיר זיך גיין אינאיינעם מיט די רשעים ארורים. קיין זאך שבעולם איז נישט מתיר די טמאנע עיבריישע שפראך. אבער, אז זיי האבן אנדערש געהאלטן, מאכט דאס נישט, אז זיי זענען ווייניג ערליך פון אונץ.
דאס איז לגבי אלגעמיינע אונטערשיד, צווישן די מערכה מיט די ציונים ארורים ושותפיהם המזרחי ימ"ש, וואס זענען עוקרי התורה ומפירי ברית, און די מערכה אנקעגן די אגודה/דגל פארטייען מיט זייערע רבנים.
לגבי הרב שטיינמאן, קיין נארמאלע איד האט איהם נישט באשולדיט מיט ציוניזם אדער מזרחיזם, ווייל ער איז פונקט א פארקערטע פון דעם. מ'באשולדיגט איהם, אלס פשרה מאכער, מיט נאכלאזער פון די רשעים. און אויף דעם האט די פאקטן געוויזן, אז מיט זייערע וועגן וואו אזוי זיך צושלאגן מיט די רשעיות דיגע פלענער פון די ציונים ארורים, האבן מצליח געווען צו ראטעווען עולם התורה והישיבות מיט'ן חינוך הטהור. א וודאי, ס'איז נישט אונזערע וועג, מיר האלטן אז קיין זאך איז נישט מתיר האנדעלען מיטן פושעי ישראל די ערב רב, די עמלקים הציונים, אבער לויט זייערע וועג ער האט דאס געטוהן בעסער פון אלע.
יעצט וויל איך אביסל שרייבן וועגן די שטותים וואס וואסה דיף האט געשריבן. ער האט געשריבן אז הרב שטיינמאן איז געווארן א moron וועגן די קאמפיינערס פון די יאטעד ניקעס. א זעלכע שטותים האב איך שוין לאנג נישט געזעהן. ווער עס וויייסט א ביסל, און די יאטעד האט מען נאך קיינמאל נישט געשריבן "מרן" אויף הרב שטיינמאן. די איינציגע מרן ביי זיי, איז ר' עלישיב, דער "דיין" פון היכל שלמה, דער משלח פון יונה מצגר, דער וואס זיין גאנצע מערכות איז ארום רבנות רשעית מיט מועצות דתיות פון מזרחישע פארטייען. זיי פארגינען קיינמאל נישט צו רב שטיינמאן, צוליב פאליטישע סיבות, און טראץ דעם איז הרב שטיינמאן היינט צו טאג די גרעסטע מנהיג פון די ליטווישע וועלט, אלע ראשי ישיבות קומען צו לויפן צו איהם, הרב נתן צבי פינקעל ראש ישיבת מיר, איז כסדר ביי איהם, און שומע לעתו בכל דבר, און אזוי אויך אלע ראשי ישיבות און מנהיגים פון די ליטווישע וועלט. דאס וואס ער האט געשריבן וועגן ישיבה קטנה, ס'איז אמת אז ביז פאר צען יאהרן צוריק, איז רב שטיינמאן געווען אויך א ראש ישיבה און ישיבה פאניבעז' לצעירים, צוזאמען מיט הרב מיכל יודא לעפקאוויטש וואס דינט דארט ביז היינט, און געזאגט דארטן טאג טעגליכע שיעורים פאר די העכסטע כיתה (בחורים פון 16-17 יאהר אלט). אבער מיט דעם אינאיינעם ער איז שוין נאנט צו פערציג יאהר אויך א ראש ישיבה און ישיבה גדולה "גאון יעקב" און אין די לעצטע אכט יאהר אויך א ראש ישיבה גדולה אין ישיבת "ארחות תורה" א ריזיגע ליטווישע פרומע ישיבה און בני ברק. וואו ער זאגט כסדר שיעורים כלליים. און מיט דעם אינאיינעם ער שטייט שוין 50 יאהר בראשות כולל פאניעוועז' וואס איז די חשובסטע אין גרעסטע כולל אין ארץ ישראל. וואו ס'לערנן 700 אינגעלייט גאר חשובע תלמידי חכמים, און ער איז קובע די גאנצע סדר הלימודים און זאגט יעדן מיטוואך אינדערפרי אשיעור אין כולל, אויסער שיעורים כסדרן פאר א גרופע פון בני הכולל אין זיין שטוב.
זיין גאנצע סדר היום איז אזוי: 4 אזייגער פארטאגס אשיעור פאר גרופע אינגעלייט, אין סדר קדשים. נאכן דאווענען ותיקין נעמט ער אביסל עולם, און פארמאכט זיך שפעטער אין זיין צומער ביז 9 אזייגער, דאן גייט ער ארויס אויף בריתות, אין יעדן מיטוואך גייט ער פון די בריתות צו שיעור און כולל, וואו דערמאנט. אינערפרי האט ער א חברותא מיט צוויי חשובע אינגעלייט, ביז 12 אזייגער, און אסאך טעג קומען אין די שעות ישיבות אדער קינדער פון חדרים זיך צו פארהערן. דאן נאכאמאל א שיעור ביז 1:30 זמן מנחה, דאן נעמט ער עולם לעצה. און 2:30 עסט ער א טראקענער ערד עפיל אהן זאלץ. אין 3:30 נאכאמאל א שיעור אין שטוב פאר אגרויסע עולם אין חורש"י ביז 4:15. נאכמיטאג זאגט ער זיינע שיעורים כללים אין "ארחות תורה" אדער "גאון יעקב", און אין א טאג ווען ס'איז נישטא קיין שיעור, האט ער חברותות ביז 7 אזייגער. 7 אזייגער איז א שיעור אין זיין שטוב אין שולחן ערוך אורח חיים. מעריב איז 8:30. ווען נאך מעריב איז א ריזן ציבור יעדן טאג איז שואל עצה. דערנאך , פארט ער א סאך מאל איבער גאנץ ארץ ישראל געבן שיעורים אדער דברי חיזוק, אין ישיבות אא"וו. און בדרך כלל, איז דא נאכאמאל שיעורים ביז 12 אזייגער ביינאכט. דאס איז א נארמאלע טאג ביי איהם, ערב שבת למשל האט ער נאך א שיעור א שעה פארן זמן הדלק"נ אויף שב שמעתתא, מיט אינגעלייט אין בחורים פון זיין ישיבה "ארחות תורה", און אפילו ערב פסח האט ער געגעבן דער שיעור פארן סדר נאכט. מוצ"ש האט ער אסאך שיעורים, און איינער פון זיי איז אין ספרי הרמח"ל. שבת נאכמיטאג פון שקיעה צייט, ביזן נאכן זמן, לערנט ער ברבים אין ספה"ק נפש החיים, וואו ער איז משמיע קלאע יסודות אין השקפה אויף דרך התורה. (אנשטאט שאלשידעס תורה, ער עסט שאלשידעס פריערט)
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-16/5/2006 04:14 |
|
| |
די פרומע רעפריזענטעטיווען האבען פרובירט לוחם צו זיין אין פרינציפ אז די פרייע זאלען נישט האבען אפילו די דאזיגע מינדערסטע בעלות אויפן פרומען סיסטעם - אזויווי די לעצטע זעכציג יאר. וויייל דער תוכנית הליבה טוט טוישען דעם איצטיגען סטאטוס קווא , און בעתיד אז עס וועט קומען א נאך פרייערער שר החינוך, למשל ווי דער רעפריזענטאט פון שינוי פראקלאמירט ביי די זיצונגען - אז ווען ער וועט ווערען שר החינוך וועט ער אריינלייגען אינעם גענעראלע קאריקעלעם אויך אמונות זרות ר"ל.
און דאן ועלען די פרומע זיך מוזען אפזאגען פונעם סיסטעם, און מער נישט באקומען קיינע פאנדען. בקיצור, מיטען האבען דעם גענעראלען קאריקעלעם אין די הענט וועט מען די פרומע זייער שנעל קענען געבען א קאפע אויף ארויס.
אבער כרגע איז די ליבה נישט קיין ע"ז ביי די אגודה קרייזען אזויווי זייער שיטה מאז ומקדם! כרגע איז דער חינוך דא אין אמעריקע גארנישט פרומער!! כרגע איז דער גאנצע קופה של שרצים וואס מען האט אנגעטוהן פאר הרב שטיינמאן: שקר און פאלש!!
|
|
|
|
| נשלח ב-16/5/2006 03:32 |
|
| |
איך האב אנגעהויבען מיט די וועב-זייטעל פון דעם כנסת און ארויפגעברענגט אלע פראטאקאלען פון די זיצונגען ביי די וועדות וואס האבען דן געווען איבער תוכנית הליבה. פארשטייט זיך אז עס איז זיער לאנגע דיסקוסיעס און איך האב נישט אלע געהאט צייט דורכצוליינען - אבער וואס קומט דארט ארויס איז אזוי: (די זיצונגען זענען מיט די באטיילונגען פון די פרומע פארטרעטער און יעדעס ווארט איז פארצייכענט ווער עס זאגט דאס ארויס)
מער ווייניגער אזויווי סים האט שוין געזאגט עס איז דא תלמודי תורה וואס געהערען צום מער פרומען ציבור - וואס דארט איז קיין לימודי חול נישט דא.
למשל ויזניץ, בעלזא, וכו'. זיי האבען בוחר געווען נישט צו לערנען לימודי חול בכלל. דהיינו אפילו די בעיסיקס וואס מען לערנט אין אמעריקע, צ.ב.ש. די שפראך. מעטעמעטיק לערנט מען איינמאל א וואך מיטען מלמד. עס איז זיי געלונגען במשך די יארען צו באקומען געלט פאר די מוסדות, אבער זיי זענען אינדיפענדענט פונעם כלליות'דיגען פרומען חינוך סיסטעם.
עס ווערט דארט פארצייכענט פונקטליך וויפיל מוסדות גייען אריין אין די קאטעגאריע - און וויפיל אין די אנדערע.
נאכדעם איז דא דער מער מאדערענער חינוך סיסטעם אין א"י. אבער ביטע זיי אויפמערקזאם נישט מאדערענער ווי דער סאטמאר'ער חדר אין וויליאמסבורג. מען לערנט דארט די שפראך, מעטעמעטיקס, וכדומה.
אצינדער. תוכנית ליבה האט געוואלט מאכען א כלליות'דיגער קאריקעלעם וואס מען דארף לערנען, כדי צו באקומען גאווערמענט פאנדען. אזויוו די קאלעדזש פראגראמען אין אמעריקע וואס די ישיבות נעמען געלטער. עס איז דא א גענעראלע קאריקעלעם וואס די גאווערמענט באשטעטיגט, און די קאלעדזשעס ישיבות קענען זיך אליינס וועלען די פרטי הלימוד.
עס איז העכסט אינטרעסאנט צו ליינען דארט וויאזוי די פרומע רעפריזענטיווען זענען מעיד אז זייערע מוסדות'ער ערפילען ממילא דעם קאריקעלעם, און ממילא טוען זיי קוואליפיצירען צו באקומען די פאנדען.
איך ווייס נישט די גראד פון היסטאריע וואס זיי האבען געלערענט ביז היינט און איך ווייס נישט דעם גרייד פון היסטאריע וואס זאלען דארפען מוסיף זיין - אויב לאמיר זאגען אז ביז יעצט איז נישט געווען גענוג לויט די פאלאגען פון די מדינה, אבער נעם אין אכט אז ביי די אגודאים איז מדינה היסטאריע נישט געווען אזוי הארב ווי ביי אייך מאז ומקדם. און דאס האט גארנישט צו טוהן מיט הרב שטיינמאן- נאר מיט זיינע פארגייער. און אויב האט דער רבי נישט פראטעסטירט קעגן זיי, פרעגט זיך די קשיא מה נשתנה?
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-16/5/2006 03:31 |
|
| |
משה,
פאר וואסא דיף איז נישט דא וואס צו ענטפערן, ער איז נעבעך פארקריפעלט אויפן גאנץ לעבן. עס איז נישט שייך קיין מער דעמאגאגישע לגיונות פון וואס ער שרייבט. הרב שטיינמאן גייט אהן אידישקייט אין די לינקע פאה....... ער האט געוואלט איינפירען לימודי חול בייטאג....מפקיר געווען בנות ישראל.... מיט זיינע איבעריגע שינד ווערטער.
עס איז וויכטיג צו געדענקען אז די רבי זי"ע פון סאטמאר - האט קיינמאל נישט גערעדט מיט א ביטול אקעגען גדולי ישראל פון די אגודה קרייז - אפילו ער האט געקריגט אויף זיי פייערדיג. איז ממילא היות הרב שטיינמאן געהערט צום אגודה קרייז מיט זייערע השקפות - איז פשוט נישט דער ראד אין די הענט פון די סאטמאר'ער דיינים און אוודאי נישט וואסא-דיף'ס הענט מחליט צו זיין אויב ער איז פארקראכען פון דעם דרך האגודה אדער נישט. זאלען זיך די אגודה רבנים באפאסען דערמיט. ע"כ, איז דאס פאררופען פראטעסטען קעגן אים אפגעפרעגט.
אבער פאר דיר וועל איך ענטפערען מיט כבוד - ווי לאנג די ביזט נישט פוער פה קעגן אנדערע גדולי ישראל.
היות איך גלייב באמונה שלימה אין קיין איין ווארט וואס שטייט אינעם איד,בלאט,וכו', איז מיר קיינמאל נישט שווער געווען אויף הרב שטיינמאן קיין גרויסע קושיות. אבער היות עס איז אריבער א לאנגע צייט און מען האט נישט אויפגעהערט צו שיסען קיןן קאנאנען אויף הרב שטיימאן, און דער העץ קאמפפיין איז אנגעגאנגען אויף אזא גרויסען פארנעם - האט מיך מיין נייגער שוין געדארשט, און איך האב מיר שוין גענומען די מיה נאכצוקוקען די תוכנית הליבה.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-15/5/2006 23:42 |
|
| |
sim
עפרא לפומך אז דו ביסט מדמה דער שייגעץ צו'ם הייליגען חזו"א.
אפילו די פארקראכענע ליטווישע גדולים ווי ר' שך האט ער אוועקגעווארפען און אפילו די שךניקס,
נישט נאר די חזו"א'ניקעס פון בני ברק שעלטען עם טויטע קללות.
וואס דער רבי האט געזאגט אויף עם ווען ער האט נאך געלערנט אין דער שווייץ ביי א ציוניסטישע
מלמד ווייס איך נישט, איך האב עס נישט געהערט פון קראנטע קוועלער. אבער אפילו אם תימצי לומר
איז מצינו יוחנן כה"ג וכו'
דער קליינקעפגער ראש ישיבה פון א ישיבה קטנה איז א פוסע על ראשי עם קודש ווייל ער איז
באקרוינט געווארען MORON און גאדעל הדאר פון די יאטעד מיט די פאליטיקער וואס האבען געדארפט
האבען א גומינע-שטעמפעל-גדול וואס זאל זיי נאכגעבען אלץ וואס זיי פארלאנגען.
וואס דו שרייבסט וועגען נח"ל החרדי איז שקר וכזב. ער האט עס העפטיג געשטיצט, און ס'דא גענוג
און נאך עדות וואס ער האט געזאגט פאר ישיבה בחורים! אהין צו גיין. ווער רעדט נאך וואס ער האט
געשטעלט פיסלאך אונטער יעדער וואס האט פראביערט צו לוחם זיין דערקעגען, אפילו פון זיינע
אייגענע קרייזען ווי ר' מיכל יהודא אדער ר' שמואל אוירבאך. דער בא במחתרת האט געטאהן אלץ
אונטערען טיש און נאך געהאט די פרעכהייט פון אכלה ומחתה פיה ואמרה לא פעלתי און. ער איז א
בלעכענעם ליגענער כידוע פאר ווער ס'האט געהאט צו טאהן מיט דער מערכה.
אבער לשיטתך. לאממיר זאגען אז ס'טאקע נאר פאר מחללי שבתות און דו האלטסט אז ס'נישט וויכטיג צו
שלאגען דערויף. פארוואס שטרויכעלסט דו אנדערע וואס האלטען אנדערש? פארוואס האבען זיינע שקצים
טעראריזיערט יעדער וואס האט עפעס געזאגט? פארוואס האט מען כמעט אויסגעהאקט פאר יענקל חנון אן
אויג?
תוכנית הליבה האט זייער א סאך פראבלעמען. איין פראבלעם איז אז ווען די תוכנית קומט אינגאנצען
צושטאנד פאדערט עס זייער א סאך שעות פון לימודי חול, אויפ'ן חשבון פון לימודי קודש. אויב איך
האב נישט קיין טעות איז אויך געפאדערט אז מ'זאל לערנען לימודי חול דוקא אין דער פרי. אבער,
נישט דאס איז דער ענין יעצט, דער ענין איז אויך נישט וואס זיי האבען פארקויפט זייערע נשמה
צו'ם שטן, ווייל די התחייבות איז נישט נאר אויפצופיהרען לויט די היינטיגע אויספארשונג, נאר
אויך לויט אלע רעקאמענדאציעס וואס וועלען צוקומען, ווייל דאס האבען זיי שוין געטאהן פון לאנג.
ס'נאר איין טריט נענטער צו'ם טיפער אפגרונד.
אבער פיך העיד בך. וואס איז אזרחות? בירגערשאפט. צו זיין א געטרייע בירגער צו די ממשלת
הכופרים. איך רעד נישט פון די ספרים ווי מ'דארף דאס לערנען, ווייל איהר פארשטייט אליין אז אין
באר מים חיים אדער נועם אלימלך שטייט דאס נישט. אבער רבש"ע! קענסט דו צושטעלען געטריישאפט צו
די ציוניסטישע מדינה און דער ציוניסטישע אידיאל צו לערנען בירגערשפארט אין לאנדאן? ווער רעדט
נאך פון אוואלוציע און די אנדערע טייערע לימודים דארטען. די חזו"א און בריסקער רב זיינען
געווען פייער קעגען ציונות. אפילו ר' שך אויף זיינט פארקרומטען וועג איז אויך געווען. דא רעדט
זיך פון א קאלטער לץ וואס האט אידישקייט אין בוידעם. זיין מאטאלע קארעליץ ימח שמו איז דער
וואס איז איינגעגאנגען אויף תוכנית הליבה, און האט דאס אריינגעפיהרט אין קראפט טראץ די
קעגנערשאפט פון אלע זייערע גדולים, מכ"ש פון די עהרליכע אונזערע אידען. הפקר מיט די בית יעקב
מיידלאך, הפקר די חינוך עצמאי יונגען, און דאס איז נאר לדבריך. זעהט אויס אז אלץ הדבק
במידותיו ביזט דו אויך א שקרן אזוי ווי דיין גדול. כאטש איך האב נישט קיין רשימה ביי מיר, איז
דא גענוג און נאך חדרים וואס זיינען נישט קיין חינוך עצמאי חדרים וואס האבען יא אונטערגע'חתמ'עט.
מסקנא דמילתא, ער איז א ציוניסט, אידישקייט גייט עהם אן די לינקע פיאטע, ס'גייט עהם נאך אן א
ביסעל די עולם התורא פון בני ברק און דאס נאר ווייל איין מלך בלא עם און ער קען נישט זיין
קיין פאסטוך אויב ער האט נישט קיין קיען. פאר דעם זאל דער חינוך עצמאי ווערען מזרחיסטען,
זאלען די מיידלאך אפפאהרען, אויב ס'נישט גענוג זיי אפצופיהרען תוכנית הליבה וועלען זיי לערנען
הייטעק און גיין אין די אויסגעלאסענע אפיסעס, זאלען די שוואכע בחורים גע'הרג'עט ווערען אין
מיליטיער, און ווער ס'נישט גע'הרג'עט זאל כאטש אויסקומען א גייסטישען קריפעל. איי, ר' שך און
ווער רעדט נאך די חזו"א און בריסקער רב האבען געהאלטען מיליטיער פאר יהרג ואל יעבור? איז ער א
תלמיד המחכים את רבו. ר' שך האט נאר אפגענויגט א ביסעל, אחאב עבד את הבעל מעט, יהוא יעבדנו
הרבה. ער איז א ציוניסט, ער איז א מאסענמערדער, ער איז א שחצן, א שקרן, און ער קען נישט
לערנען. זיין גאנצע גדולה באשטייט פון זיינע צביעות און פראוועריי און פון יאטעד פראפאגאנדע.
האק נישט אין קאפ אריין.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-15/5/2006 20:13 |
|
| |
מוישה. קענסט קומען באזוכן אין ארץ ישראל.
אין בני ברק, זענן דא צענדליגע ליטווישע חדרים, וואס מ'לערנט קוים איין שעה א טאג אביסל חשבון. אזוי אויך אין קרית ספר, און ירושלים און אין אלע היימישע ערטער.
אלע חסידישע חדרים, זענען אויכעט אויפן זעלבן פראגראם, אויסער סאטמער, און דושינסקיא תו"א תוא"י און אפאר בריסקע מוסדות, וואס זענען פונקט דער זעלבן סדר הלימודים, אין די גאנצע חילוק איז, אז זיי נעמן נישט געלט פון די מדינה. ס'איז דא איין אזא חיידער (תלמוד תורה) און בני ברק, אויסער סאטמאר און דוישנסקיא, דאס איז חיידער תשב"ר בבית החזו"א וואס נעמט נישט געלט פון די מדינה, און אלע אייניקלעך פון הרב שטיינמאן לערנן דארטן. (אויכעט אין זיין ישיבה "גאון יעקב" נעמט מען נישט געלט פון די מדינה).
|
|
|
|
| נשלח ב-15/5/2006 20:07 |
|
| |
איך בין מודה א\ 'מלערנט אין בית יעקב מיט די מיידעלעך לימודי חול. איך בין נישט מודה אז מלערנט לימודי טריפה. ס'איז דא פולע ערליכע אידן אין ארץ ישראל, פון אלע קרייזן, וואס זייערע מיידעלעך לערנן אין "בית יעקב" שולע, קיינער איז נאכנישט אראפ פון וועג, צו לערנן ח"ו לימודי כפירה. משרד החינוך פאדערט מ'זאל לערנן געוויסע שעות יעדן טאג, "חשבון" "אזרחות" (וואס איך האב געלערנט אין סאטמערע חיידער אין לאנדאן דורך א מאדערנע טיטשער) וכדומה, וואס מ'לערנט סיי וי אלע יאהרן! זיי האבן געפאדערט אז מ'דארף חתמ'נען אז מלערנט דאס טאקע, און ס'וועט זיין א "פיקוח" אויף דעם (וואס אין סאטמערע חיידער אין לאנדאן איז אויך געקומען א גויאישע מפקח צו נאך קוקן צו מ'לערנט ריכטיג ענגליש מיט "חשבון"). דאס האט הרב שטיינמאן מתיר געווען בתנאי אז זיי ועלן נישט אריין מושן און זאגן דעות אויף וואס מ'לערנט. אויב דאס איז א "עולה" צו איהם באשייגעצן, קענסט באשייגעצן די חזון איש, וואס האט מתיר געווען בכלל די חינוך עצמאי.
אגב, אויפן הייליגן חזו"א זענן אויך גענומען די קנאים צו שרייען, אין אויך אפאר עטליכע "חכמים" געטהנהט אז ער קען נישט לערנן.
|
|
|
|
| נשלח ב-15/5/2006 20:01 |
|
| |
איז דא איינער וואס איז באהאווענט מיט די פאקטן???
אין "דער בלאט" איז געשטאנען וועכענטליך מחאות קעגן גער ווייל זיי לערנען לומדי חול, ליבה פראגראם וכדומה, סים טענה'ט אז עס איז נישט אמתער זאגט אז זיי לערנען נישט! איך כשלעצמי גלייב איך נישט וואס סים שרייבט איז דא איינער וואס ווייסט וואס דארט גייט פאר???
די זעלבע איז מיט די ליטווישע תלמידי שטיינמאן אין "דער בלאט" האב איך געליינט וועכענטליך אז זיי אלע גייען, אדער האבן, זיך ציגעשטעלט צי ליבה פראגראם סים טענה'ט אז עס איז נישט אמת! איך כשלעצמי גלייב איך נישט וואס סים שרייבט
איז דא איינער וואס ווייסט וואס דארט גייט פאר???? איז עס אמת אדער נישט????
תוקן על ידי - moshe06 - 15/05/2006 20:04:16
|
|
|
|
| נשלח ב-15/5/2006 19:59 |
|
| |
SIM
אזויפיל זעה איך ביזטו יא מודה. אז די בית יעקב מיידלעך וועלן זיך אנלערנען אלעס טריפה און נאר די מענער זאגסטו וועלן לערנען על טהרות הקודש.
אויב אזוי איז דאך באקאנט די גמרא וואס א ווייב קען טון מיט א מאן. און דאס אידישקייט קומענדיגן דור וועט זיין פירות פון דעם ליבה פאגראם (נישט קיין טעות)
אלעס א דאנק דעם הר' שטיינמאן. יא יא WE ARE WAY PAST THIS BLUFF
|
|
|
|
| נשלח ב-15/5/2006 19:35 |
|
| |
אין אלע ליטווישע חדרים, לערנט מען נישט די "ליבה" פראגראם. דאס הייסט כלפי די מדינה "מוסדות פטור", זיי באקומען נישט פולע שטיצע פון די מדינה, זיי לערנן על טהרת הקודש, און זיי לערנן נישט קיין לימודי "אזרחות" אא"וו. (וואס אין חוץ לארץ לערנט מען יא).
די מוסדות פון חינוך עצמאי, דאס מיינט א, קינדער שולע אין גאנץ ארץ ישראל, וואס רובא דרובא זענען פון פרעמדע שטיבער, דארט לערנט מען אלע יארן א סאך לימודי חול, וואס אלעס גייט אריין בכלל די ליבה פראגראם. די מיידלעך שולע "בית יעקב" זענן אויך אריין גערכענט אין חינוך עצמאי.
רובא דרובא פון די תלמודי תורה אין ארץ ישראל זענען נישט "חינוך עצמאי". נישט חסידישע חדרים און נישט ליטוישע. אויסער גער, וואס זענען יא חינוך עצמאי, ווייל זיי וילן פולע שטיצע פון די מדינה, אבער זיי לערנן נישט לימודי חול אזוי ווי אנדערע מוסדות פון חינוך עצמאי. צאנז און חב"ד, זענן די איינציגע פרומע, וואס זיי זענען אינגאנצן אין משרד החינוך, אין ממלכתי דתי.
|
|
|
|
| נשלח ב-15/5/2006 19:27 |
|
| |
אז די ווילסט קען איך דיר פעגן מער דיירעקט אבער קודם ענטפער מיר מיין אויבערשטע שאלה
האט מען איינגעפירט אין גור חדר די ליבה פראגראם??? יא אדער ניין??
איז דא א ליטווישע ת"ת פין די וואס זענענן אדוק ומקושר צי די מדינה ווי מען לערנט נישט די ליבה פראגראם???
אויב יא וועלכע?????
|
|
|
|
|
| נשלח ב-15/5/2006 19:23 |
|
| |
sim
די ווערטער האסטו געשריבען, מרצונך הטוב {אפאר תגובות ארויפציר}
ס'איז קלאר ווי דעם טאג, ער קעמפט בכל כוחו, אז און אלע הייליגע חדרים, גייט מען נישט נאך. ס'וועט גארנישט אריין גיין פון תוכנית הליבה. אין קיין תלמוד תורה וועט ער נישט אריין לאזן דאס מידנסטע שייכות פון זייער לימודים.
וואס יא?
וועגן די מוסדות פון חינוך עצמאי, פאר קינדער נישט פון היימישע קרייזן, אדער פאר מיידעלעך, וואס אלע יאהרן האבן געלערנט לימודי חול, און גענימען שטיצע פון די מדינה....אויף זיי לאזט ער צו חתמנ'ן אויף תוכנית הליבה, בתנאי אז משרד החינוך וועט נישט אריין מישן און דער תוכן.
יעצט בעט איך דיר צום צווייטען מאל אין וועלכע מוסד לערענט מען נישט ליבה???
אין וועלכע מוסד לערענט מען יא?????
הא הא ????
|
|
|
|
|