בית פורומים חדשות אנש עולם הנגינה

התלהבות - אוי נשמה

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-11/5/2006 17:17 לינק ישיר 
התלהבות - אוי נשמה

א נייע טעיפ פראדוצירט דורך שלום עזרי (רחם-אידעלע: אייזיק האניג) און יוסי פראמאוויטש, מוזיק דורך ישראל לאם, געזינגען
דורך שמואל עהרנטאל וועלכער האט אויך קאמפאזירט מיט די הילף פון שלום עזרי

לויט מבינים איז דא דארט גיטע סחורה סיי אין ניגונים סיי אין מוזיק, לאם האט אריינגעלייגט אן עבודה רבה און עזרי האט
אריינגעלייגט כוחות סיי אין די ניגונים און סיי אין קאור, די שוואכקייט פונעם טעיפ איז לכאורה עהרנטאל וועלכער איז ניי אויפן
מארק

צו עהרנטאל איז טאקע נישט אזוי איי איי איי - אדער צו לאם און עזרי זענען טאקע אזוי גיט, וועט מען זיך מוזן אליין איבערצייגן ל"ג
בעומר ווען סוועט זיין צו באקומען אין די געשעפטן



דווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מנותק
נשלח ב-11/5/2006 22:23 לינק ישיר 

אונס האבן אויך געהאט א חלק און דעם טעיפ. עס זענען דא שיינע זאכן דארט. מוזיק רעד איך. כ'האב נישט געהערט די זונגעריי.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-15/5/2006 05:43 לינק ישיר 

 

תוקן על ידי - סעמאן_פיש - 15/05/2006 5:45:29



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-16/5/2006 19:02 לינק ישיר 

נאכן אויסהערן דעם טעיפ טוט מיר זייער לייד, אבער לדעתי איז ממש א שאד, סאיז א טעיפ וואס פארמאגט גאנץ גיטע זאכן, רוב ניגונים זענען גאנץ שיין און עטליכע (ווי אלוקי נשמה און אויפ'ן וועג צום רבין למשל) זענען גראדע זייער שיין מלא רגש, אבער סשפירט זיך שטארק אן דער חסרון פון א פראפעשנל רוקנביין אינעם פראדוקשאן, כהאלט אז מנעמט דעם גאנצען טעיפ און מטוישט אויס עהרנטאל מיט האניג למשל איז דער טעיפ שוין 70 פראצענט פארבעסערט, שלום עזרי טאלאנטען דערקענט מען גראדע יא אויף טריט און שריט, קאור מיט קאור אראנדזשירונגען קלאפן זייער גיט און דאס איז גראדע א חלק פונעם פראבלעם - ווייל סאיז צומאל געשמאקער צו הערן די קאור ווי די סאולאס גראדע זינגט עהרנטאל נישט שלעכט אבער סאיז זייער פארשלאפן, ספעלט חיות, אדער גאר.. התלהבות.. סאיז שווער באמת נתלהב צו ווערן, סדערמאנט זייער פון די אלטע חסידישע טעיפס פון צוואנציג יאר צוריק ווי סאיז געווען שיינע ניגונים און אפילו הערליכע מוזיק אבער מהאט נישט צוגעשטעלט ווארימע מתיקותדיגע זינגערס, אויב מוואלט גענומען דוב האפמאן אפילו דא צו זינגען וואלט אלעס געהאט אן אנדער פנים אבער אויב דער זינגער שפילט נישט ביי אייך אזא גרויסע ראלע, און איר זענט אינטערעסירט אין שיינע ניגונים קאור און מוזיק, איז יא כדאי אויסצוהערן דעם טעיפ, סאיז דא סחורה וואס מען קען נאכזינגען ביי א שבת ויו"ט טיש, און ביי יענע ניגונים, בעיקר די הארציגע ניגונים, איז דא געוואלדיגע מוזיק אראנדזשירונגען אויב מלייגט צו אן אויער



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מנותק
נשלח ב-28/5/2006 19:03 לינק ישיר 

אומאפיציעלע מיקס: http://rapidshare.de/files/21613481/Track01.mp3.html



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מנותק
נשלח ב-30/5/2006 10:40 לינק ישיר 

איך הער אז ס'פארקויפט זיך ב"ה זייער פיין, בעסער ווי די מבינים האבן זיך געראכטן אין טראץ זיידיאנטשי'ס שארפער review האט מען שוין געדארפט פרינטן נאך שיפמענט'ס סי.די.'ס (שטעלט זיך פאר ווען דער review איז ווען בעסער).

ווי איך פארשטיי, איז דער זינגער שמואל ערענטאהל, א אינגערמאן א בעל כשרון, וואס האט מפעם לפעם זיך געמאכט א ניגון'דל אין מהנה געווען משפחה אין פריינד ביי שמחות. די חברים פלעגן איהם שטארק מוטשען שיפוצו מעינותיו חוצה. האט ער געדינגן שלום עזרי מיט יוסי פראמאוויטש (יפ"ה פראדאקשנס) צו פראצודירן דעם טעיפ אין ווי מ'זאגט, די רעסט איז היסטארי.

די מוזיק אופן טעיפ איז לעבעדיג אין שיין. לאם האט גימאכט א מייסטערפולן דזאב. איך האב נאך קיינמאל נישט גיהערט פון לאם אזא ארבייט. איך הער אז לאם האט זיך עינדליך אויסגעדריקט אז ער האט פון לאם נאכנישט גיהערט אזא דזאב. (ווער ס'קען לאם ווייסט אז ער איז בטבע א שטילער מענטש וואס ווארפט זיך נישט מיר אזעליכע ווערטער). פאר די מוזיק אליין קומט זיך פארן טעיפ א בכבודיגן פלאץ אויף יעדן מוזיק ליעבהאבערס shelf. 

די כאר איז הפלא ופלא, גג על גג וואס פולט אהן זייער שיין, די ניגונים מיטן זינגער זענען שיין, הארציג אין געשמאק. דאס זינגן איז נישט אייזיק האניג, ס'איז שמואל ערענטאהל. יעדער זינגער האט זיך זיינע מעלות זה בכה וזה בכה...

יעדן ניגון פאר זיך האט איר אייגענעם געשמאקייט אין חן, די שנעלע ניגונים מיט איר שיינעם rhythm, די שטייטע ניגונים מיט הארץ, נשמה אין "התלהבות" .



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-13/6/2006 20:02 לינק ישיר 

OK, I have listened to the CD a little, here is my take,.......I was pleasantly surprised! a very smooth sound, easy to listen to !          1


The song that I heard was "modeh ani" a nice tune, with very nice arrangements by Yisroel Lamm , very typical lamm style, lotsa strings , a typical rhythm section ( gershovsky, cutler, etc.) but again very pleasant.       1
The two things that did stand out was the choir, which was done beautifully, and the delivery of the singer.  His singing is done with a lot of confidence, which is something I like to hear.
will keep you posted as i listen to the rest! 
       1




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-19/6/2006 18:25 לינק ישיר 

B'chol Yom Avorcheku,,, another great song




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > חדשות אנש עולם הנגינה > התלהבות - אוי נשמה
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext