בית פורומים כל העולם כולו

געווזענע הויז בחורים דעפעקטירן....

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-12/5/2006 01:30 לינק ישיר 
געווזענע הויז בחורים דעפעקטירן....

אין אנבליק פון דעם גרויסע סומאטאכע פון משה בן פראדעל און ליפי קרויס מיט שמואלי קאמפאוט, קומט פאר ערנסטע צאנקערייען ביי די קרו פון די שלעגער און זאליבאנער טעראריסטן וואס האבן זיך געדרייט ביי רבינו הגה"ק זי"ע.

איבער דעם האבן זיך עטליכע  געוועזענע הויז בחורים און מקורבים ביי רבינו זצ"ל אויפגעהויבן און אפגעיאגט פונעם סיגעטער, ווייל דער סיגעטער וויל זיך וואס מער דערווייטערן פון די שטוב מענטשן וואס זענען געווען ביי זיין טאטען און ער דערווייטערט זיי און לאזט זיי נישט אריין מער אין דעם רבינ'ס הויז.

פון גוטע קוועלער הער איך אז 3 חברה האבן שוין אפגעגאפעלט אפיציעל.

די אלע זענען געווען זייער נאנט צום סיגעטער און צו משה בן פראדעל, און אויסגעפירט אלע זייערע באפעלן קעגן רבי'ן שליט"א.

מיכל וויינגארטען
בנינמין ווייס
יודל עפשטיין

איך הער זאגן אז זיי זענען געווען ביים רבי'ן שליט"א פאריגע וואך
זיי זענען געקומען אויף דעם ראט פון ר' שמואל הכהן פריעדמאן

דער רבי איז געווען שאקירט זיי צו זעען ביי זיין טיר. ער האט געטראכט ווער ווייסט וואס זיי ווילן שוין ווייטער פון אים.
אבער זיי האבן אים איבערגעבעטן און מחילה געבעטן.
ר' שמואל הכהן האט געזאגט פאר'ן רבי'ן אז זיי האבן חרטה וואס זיי האבן געטאן
און דער רבי זאל זיי מוחל זיין.

אנדערע זאגן אז ס'איז דא נאך פיר וואס האב אפגעיאגט פון סיגעטער.
און פארציילען שרעקליכע מעשות וואס זיי האבן געהאט מיט אים ביים רבי'ן אין שטוב.

תוקן על ידי - זשוליאני08 - 12/05/2006 1:34:32



דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-12/5/2006 06:12 לינק ישיר 

איינער האט פריער געפרעגט משה בן פראדעל וואס ער זאגט צי דעם אז די הויז בחורים פון רבי'ן זצ"ל הייבן אן צו רעדן, און גייען אריבער צו רבינו שליט"א, און בעטן מחילה אויף די רשעות וואס פראדעל האט געטאן די אלע יארן.

משה בן פראדעל האט זיך נישט פארלוירן, און גלייך געזאגט.
וואס, מעכל וויינגארטען, ער איז דאך א פוסטער משוגענער
זיין טאטע יצחק וויינגארטען איז א גרויסער ארוני. ווער דארף אים.

יודל עפשטיין איז דאך א זון פון זלמן עפשטיין, אויך א גרויסער ארוני.
ער איז קיינמאל קיין אמת'ער חסיד פון רבי'ן נישט געווען.

דאס זעלבע זאגט ער אויף ר' שמואל הכהן פרידמאן
און אויף ר' שלמה זלמן שטיין...

זיי זענען דאך שונאים פאר'ן רבי'ן אייביג געווען !


פראדעל... דיין שיף האט שוין געזינקען.
אלע דיינע געוועזענע פאסאזשירן זענען ארויסגעטאנצן פון די שיף
נאר די מיט קעסטענבוים זענען געבליבן דערויף
פארטס קיין האנג קאנג וד"ל....



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-12/5/2006 05:59 לינק ישיר 

מיינע קוועלער געבן איבער, אז די דריי געוועזענע הויז בחורים וואס ר' שמואל הכהן האט גענומען צו רבי'ן שליט"א בעטן מחילה, זענען נישט געווען די ערשטע וואס זענען געקומען איבערבעטן.

די ערשטע זענען געווען
מנחם ליכטענשטיין
שמחה בערנאטה

די צוויי זענען אויך געווען מנחם אבל זיין רבינו שליט"א.

משה בן פראדעל פלאקערט געפערליך אז זיינע געוועזענע אדיוטאנטן ווארפען אים אויפן דראנק. אבער פון די אנדערע זייט איז ער זיי מקנא, ווייל כידוע חלש'ט ער אז רבינו שליט"א זאל אים אויפנעמען אפילו פאר איין מינוט.


*****************

אויך בין איך געוואויר געווארן, אז רבינו שליט"א האט געהייסן די געוועזענע הויז בחורים אז זיי מוזן אויסזאגן תהלים ביים ציון פון רבינו הק' בעל בירך משה זצ"ל, און בעטן מחילה פונעם צדיק הדור, וועמען זיי האבן ליידער מצער געווען, צו באונס אדער במזיד.

דער פאקט איז אז זיי האבן אים גורם געווען צער ועגמת נפש, און אויף דעם העלפט נישט קיין תשובה, נאר מ'מוז גיין צום קבר איבערבעטן ווי די הלכה זאגט.

מעכל וויינגארטען האט מען טאקע זונטאג געזען ביים ציון.
די איבריגע האב איך נאכנישט געהערט.

פרטים יבואו.

תוקן על ידי - זשוליאני08 - 12/05/2006 6:05:25



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-12/5/2006 04:00 לינק ישיר 

זיכער דארף מען זיי מוחל זיין
אויב זיי מיינען אמתדיג תשובה צוטוהן
ביי אונז איז יעדער מאנ"ש וועלקאם
 



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-12/5/2006 02:07 לינק ישיר 

געשמאק, דיינע ווערטער זענען געשמאק צו הערן. ס'איז קלאר אז תשובה העלפט פאר יעדן, נאך אלעם וואלט קיין סאך נישט אויסגעמאכט אויב זיי וואלטן יא אדער נישט געהאלפן משה פרידמאן, ער וואלט העכסטנס געטון מיט זיי דאס וואס ער האט געטון מיט ר' הירצקא צוויבל, שבתי ווערטהיימער, מאיר פערל, שלמה זלמן ווייס, און אלע אנדערע שטוב מענטשן וועלכע זענען געבליבן גענצליך געטריי דעם רבי'נס הייליגן רצון. מ'קען זיי אביסל פארשטיין אויף וואס זיי האבן געטון ביז היינט, און אויב קומען זיי יעצט איבערבעטן מוז מען זיי אויפנעמען מיט אפענע ארעמ'ס. פארשטייט זיך נאר אויב די מחילה בעטן איז באמת ובלב שלם. איבריגנ'ס בלייבט די החלטה במילא אין די הענט פון רבינו שליט"א, וואס איך בין זיכער אז ער וועט זיי אויפנעמען מיטן גאנצן הארץ. וואס יא, קיין שטוב מענטשן טארן זיי מער נישט זיין, זיי האבן שוין איינמאל געוויזן אז מען קען זיי נישט געטרויען. וואס דו זארגסט זיך וועגן פלאץ, איך וויל דיר סתם מודיע זיין, וואס דו ווייסט זיכער אליין, אז קהל יטב לב וועט אי"ה בקרוב האבן פלאץ פאר יעדן איינעם אין דעם גרעסטן ביהמ"ד אויף דער וועלט ! צי עס וועט זיין אין ראס קארנער בעדפארד קען איך נישט גאראנטירן, כאטש איך האף און בין מתפלל אז יא, אבער עס וועט זיין אי"ה אין וויליאמסבורג, מיר וועלן נישט בלייבן אויפן וואסער.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-12/5/2006 01:43 לינק ישיר 

באלד וועט נאך קומען
יודעלע וויינשטאק...
בעטן מחילה

נאכדעם דער טעראריסט און מחוצף
משה יצחק ווערטהיימער...

ווער דארף זיי?

(אין טענט איז קיין פלאץ נישט געווען פאר זיי).



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-12/5/2006 01:42 לינק ישיר 

שור שנגח, וואס רעדסטו ווי א בהמה?

דאס איז געווען משה גבאי'ס וועג פון אונטערברענגען מענטשן.

אויב מיינען זיי עס אמת'דיג טאר מען זיי נישט צוריקווייזן.

במקום שבעלי תשובה עומדין אין צדיקים גמורים יכולין לעמוד.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-12/5/2006 01:38 לינק ישיר 

פארוואס האט זיי ר' שמואל הכהן געברענגט?

ווער דארף זיי?
זאלן זיי בלייבן ביי דעם שטריק דער סיגעטער.

זיי האבן 7 יאר געצאפט דאס בלוט פון רבינו הק' זי"ע און אים  מבזה געווען
זאלן זיי גיין ווי די אויגן טראגן זיי.

מי ביקש זאת מידכם רמוס חצרי?

וויינגארטען, עפשטיין און ווייס

גייטס צוריק אין בונקער !
אדער גייטס צום סיגטער

ווי יודל וויינשטאק




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-12/5/2006 01:34 לינק ישיר 

סוף גנב לתלי'ה



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > געווזענע הויז בחורים דעפעקטירן....
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext