בית פורומים חדשות אנש אין בילדער

"דער שטערן" חודש אייר

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-12/5/2006 04:48 לינק ישיר 
"דער שטערן" חודש אייר

אין פורום היימישע קרעטשמע האט משנה_למלך אנגעפרעגט ווי פאלגענד :











אין דער מאנאטליכער אויסגאבע 'דער שטער' ווערט באשריבן דעם חודש וועגן דעם אויסברוך אין בארא פארק. בשייכות צו דעם ווערט געשילדערט ווי די פאליציי רעדן גאר געמיין אקעגן אידן. גענומען די אויסצוגן פון עפעס א פורום ערגעץ וואו.

איינער ווייסט וואו יענער פורום געפינט זיך ? אפשר גאר אין היידפארק ?
אפשר זאלן מיר אהין גיין זיך מאכן ניקס ? עה, פארוואס עפעס. סאו סתם אויף צום ליינען דארטן
ע"כ.

וואס איז אייער מיינונג בנוגע דעם ארטיקל אינעם שטערן בכלל, און בנוגע דעם געשפרעך צווישן די פאליציאנטן ?

לדעתי , מיר דא ווייסן יא דעם אמת.. די פורום שרייבער זענען יונגע היציגע פערשוינען אביסל, און דאס שפיגלט נישט אפ קיין שום אינערליכע קאנטענט דורכאויס די פאליציי דעפארטמענט. און אודאי ווען עס די אויוון ברענט שוין לייגט מען שוין צו נאך א קוגל, נאך א קעיק, האט זיך יעדערער פאר זיך גענומען שיטן פעך און שוועבל אויף די באבערדעלטע " סטינקינג זשו'ס" [די נאציס האבן זיך באנוצט מיט דעם אויסשפרעך = פארשטונקענע יודע] .

בכל אופן איך בין נישט נתפעל עפעס ספעציעל אז פאליציי זאלן קענען אזוי רעדן, צוליב עטליכע  טעמים.
איינס, ווייל אלע נישט-אידן רעדן אייניג. דאס אז ער איז א פאליסמן איז נישט מעלה און נישט מוריד ביי מיר. בסך הכול האט ער אן א יוניפורם עטליכע שעה אין טאג. סאו וואט ? דערפאר דארף ער שוין רעדן אנדערש ווי ווען ער האט נישט אן דעם יוניפארם? (נאך מער, בעת'ן שרייבן האט ער זיכער נישט אנגעהאט דעם יוניפארם..אויב יא איז ער א 'אףף דוטי' פאליסמאן.. )

צווייטנס, די אינטערנעט איז פול מיט שמוץ און געמיינע קאריקוטורן אנטקעגן אידן און קעגן חסידים . נישט יענער פורום וועט מכריע זיין עפעס בקשר לאנטיסעמיטיזם.

דריטנס. צי רעדן/טראכטן מיר נישט די זעלבע אויף זיי ? נאר די חילוק איז מיר קענען דאס נישט זאגן עפנטליך אדער ארויסשרייבן אפילו אונטער ניק נעמען אויף פארום'ס, מטעמים מובנים. און זיי קענען עס יא טון, וד"ל.

טינק ריאליסטיקלי.



דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-15/5/2006 19:31 לינק ישיר 

דיפלאמאט,

יא, יא. ביזט אויך גערעכט. און אין דעם זענען אריינגערעכנט דאס מוזן האבן דעם לעצטן מאדעל סעלפאן, און דווקא רעדן דערמיט הויף אויף דער גאס; זיך ליעסן דעם לעצטן מאדעל 2006 אויטא, (טייטש, אפילו אין פאל מען  קען זיך עס דווקא יא דערלויבן); און די היימישע פרויען אין די שטאטישע פראגראמען צענטערס אויסגעפוצט ווי די שררות אין טייערער קליידונג, שיך, באהאנגען מיט דיאמאנטן און בריליאנטן. תוקן על ידי - menchele - 15/05/2006 19:33:36



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-15/5/2006 17:05 לינק ישיר 

מלוה מלכה,

עס איז דא א שטיקעלע חילוק צווישן ווען א פאליציאנט רעדט אויף אידן אדער ווען סתם צעלאזטע גוים טוען דאס.

שמעק טאביק,

זייער גוט אויסגעשמועסט דעם ענין. איך בעט דיר נאר געב אונז אביסל מער ווי א שמעק טאביק... פון דיין געשמאקן פעדער.

איך וויל נאר צוגעבן איין קלייניגקייט וואס מענטשן כאפן זיך נישט. אסאך מאל גיי איך דורך בעדפארד גארדענס און איך זע די פענסטערס אפען און די לעקטערס אנגעצונדן, און פון די זייט שפיגלט דער הערליכער טשיינע קלאזעט מיט אלע זילבערווארג. (איך וואלט סתם אזוי נישט געלאזט ברענען די לעקטער ביינאכט און עפענען א פענסטער אז מען זאל קענען אריינזען וואס ביי מיר טוט זיך), מען דארף וויסן אז דעם גוי שמעקט נישט צו זען אזא רייכקייט ביי זיינע אידישע שכנים.




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-15/5/2006 04:54 לינק ישיר 

איך האב געזעהן "דער שטערן" די חודש, און איך בין פשוט אויפגעשוידערט געווארן לייענענדיג דעם ארטיקל! ס'איז ממש שרעקליך!

איך וואלט יא געהאלטן אז א אמת'דיגער, וואוילער, חסיד'ישער איד זאל זיך אהין אריינבאקומען אונטער א ניק, און פארענטפערן און אפווארפן די פאלשע ארגומענטן וואס די א.ג. פאליציי ברענגען ארויס. א גרויס חלק דערפון איז פאלש, און איז סתם "פעך און שוועבל" אויף חסיד'ישע אידן, און די אנדערע חלק, וואס זיי זענען ליידער יא גערעכט – מוזן מיר אין אכט נעמען דאס צו פארבעסערן, בעפאר עס וועט זיין צו שפעט ח"ו.

די חלק וואס איז פאלש: למשל אז אידן "שטינקען"... זינט ווען? מיר גייען יעדן טאג אין מקוה, מען גייט אין שויער, מען טוישט זיך יעדן טאג וועש, וכדו', פונקט ווי זיי, וואס פארא מין צונאמען איז דאס "זיי שטונקען"? (סתם מכנה שם לחבירו...) אדער זיי מאכן חוזק פון די בערד ("זאלן זיי גיין אויף א אינזל און יעדער זאל קלויבן עסן פון דעם צווייטנס בארד"... עפ"ל), וואס האבן זיי געטראפן שלעכט מיט די בערד? ס'איז טאקע נישט זייער "סטייל", אבער דאס איז שון די טראדיציע פון אידן זינט בריאת העולם! און די צודרייטע "פארשטונקענע" האר ווי די גויים און גוי'טעס, "היפי'ס" למיניהם גייען אנגעטון, געפלאכטן, אויף כל מיני משוגע'נע אופנים איז יא נארמאל?

אידן האלטן זיך העכערן געזעץ? אין די גמרא שטייט זאכן וואס איז ערגער (להבדיל) פונעם "קאראן"? וואו שטייט "דינא דמלכותא דינא"? וואו שטייט "הוי מתפלל בשלומה של מלכות שאלמלא מוראה איש את רעהו חיים בלעו"? וואס זענען זיי אזוי ברוגז אז חסיד'ישע אידן האבן אזא קליינע פארברעכן ראטע אדער מארד ראטע? אדרבה, דאס איז אונזער שטאלץ! ממנו ילמדו וכן יעשו! איי זיי ווייסן אז ס'קומט פאר שווינדלערייען און מיר באהאלטן די פארברעכער צווישן אונז און מיר גיבן זיי נישט ארויס? יא, דאס איז טאקע אסור עפ"י דין תורתינו, מען טאר נישט מסר'ן קיין אידן פאר א גוי'אישע רעגירונג, ס'איז דאס ערגסטע וואס קען זיין, והלכתו מורידין ולא מעלין, און אמת מיר האבן טאקע רבנים און דיינים וואס גיבן זיך אפ מיט אונזערע קאנפליקטן (ליידער נישט אלץ) און מיר ווילן נישט גיין יעדע זאך "רעפארטן", איז מיינט דאס אז מיר האלטן זיך "העכערן געזעץ" ווייל מיר האבן אייגענע געזעצן און מיר ווילן זיך נישט אונטערווארפן אונטער די אמעריקאנער געזעצן?

אבער דער אנדערער חלק, וואס איז ליידער יא אמת, רבותי, דארפן מיר טאקע וויסן אז עס איז נישט קיין וויץ. עס פעלט אונז די הכנעה וואס אידן דארפן האבן אין גלות. מיר זענען נישט אינדערהיים! ווען א פאליציי אפיציר שטעלט אפ א איד געבן א טיקעט, דארף מען דאס מקבל באהבה דעם עול הגלות און זיך אויפפירן צום גוי מיט הכנעה. אונזערע זיידעס וואלטן זיך געוואונטשן אז דאס זאל זיין זייער גלות – באקומען טיקעטס און דארפן באצאלן געלט! דאס שרייען "נאצי" פאר יעדע שטות וואס א פאליציי אפיציר טוט פאר א איד איז ממש א אומדערהערטע עוולה! איום ונורא! עס רייצט אויף שנאת ישראל אויף אן אופן וואס איז אין לשער! גייען זיי זיך דען נישט אום מיט זייערע אייגענע גויים און שווארצע פונקט אזוי? באקומען זיי ווייניגער טיקעטס? ווערן זיי נישט ארעסטירן הונדערט מאל מער ווי היימישע אידן? מהיכי תיתי זיי אנצורופן "נאצי"? זיי פירן פשוט ערליך אויס זייער פליכט, און מיר דארפן זיך אונטערווארפן אונטערן געזעץ.

איך זאג נישט אז מ'טאר גארנישט טון דערקעגן. מען מעג שתדל'ען, מען מעג נעמען א לאיער, מען מעג פייטן אין קארט – אזוי ווי דער געזעץ לויטעט. אבער נישט זיין קיין אויבער חכם און ווייזן דעם פאליציי אז מיר וועסטו נישט באשטראפן – איך וועל דיר שוין צייגן וואס איך קען...

אידן האלטן זיך טאקע פאר "טשאוסען פיעפל" (אויסדערוועלטע מענטשן – עם סגולה; והייתם לי סגולה מכל העמים, אתה בחרתנו מכל העמים, ובנו בחרת מכל עם ולשון, וכדו'), אבער דאס מיינט נישט אז מיר זענען בעה"ב אויף די וועלט. פארפאלן, הקב"ה האט אריינגעלייגט א געוויסע זעלבסט-רעספעקט אין א איד, ער האלט זיך אויף א העכערע מדריגה, ער וועט ווערן מער פארשעמט ווען מ'וועט אים קייטלען און אריינטראגן אין תפיסה ווי דער שחור וואס האט נישט קיין שום רעספעקט צו זיך אליין, און וועט זיך אראפלאזן צו טוהן דאס נידריגסטע און אוממאראלישסטע. אבער די וועלט דארף דאס נישט וויסן! דאס איז צווישן אונז אליין! יעקב אבינו האט געשריגן "למה תתראו"! מיר ווייזן ארויס אונזער ענדלאזע באדערפעניש זיך צו שפירן הויכגעשעצט, מיט שיינע הייזער און טייערע אויטאס, די ווייבער אויסגעפוצט מיט טייערע צירונגען, און מ'גייט אפלייען צו אלע שטאטישע פראגראמען... ווי שעמט מען זיך נישט? ס'איז דאך א חרפה און א בושה, א חוכא וטלולא! פארוואס רייצט מען זיך מיט די גויים און מ'נעמט זיי ארויס די אויגן?

ס'איז ידוע וואס ס'ווערט געברענגט אין ספר "אור החיים" פונעם (ר' יוסף?) יעב"ץ, אסאך גדולים האבן גערעדט דערפון, אז די עקספיריענס האט באוויזן אז ווען אימער אידן האבן זיך אנגעהויבן פילן באקוועם אויף א געוויסע ארט, און מ'האט פארגעסן אז מ'איז אין גלות, האט הקב"ה זיי "דערמאנט" אז מ'איז ליידער אין גלות... אוי וויפיל אידיש בלוט און טייכן טרערן דאס האט שוין אפגעקאסט! ער איז דאך הייליג גערעכט! דאס האט זיך איבערגע'חזר'ט כמעט בכל דור ודור במשך די גלות יאהרן, און ווי מיר ווייסן איז נישט אנדערש געווען די נאצי עפאכע, ווען אידן זענען געווען פון די חשוב'סטע אין דייטשלאנד, געהאט די העכסטע פאזיציעס און די שענסטע שטעלעס, און דייטשלאנד איז געווען א פארגעשריטענע מאדערניזירטע לאנד, מיט א הויכן קולטור, און מ'האט זיך נישט געגלייבט אז דאס קען פאסירן, און ליידער, אוי מה היה לנו!

און אז השי"ת האט זיך מרחם געווען אויף אידישע קינדער, און פאר זיי געעפנט די טויערן פון דעם מלכות של חסד אמעריקע, גייט נישט אדורך קיין לאנגע צייט, און שוין ווייטער טוען מיר די זעלבע... וואס גייט פאר מיט אונז?? זענען מיר טאקע דער "עם חכם ונבון"? פארוואס פארגעסן מיר אזוי שנעל? ווי אזוי האבן מיר נישט קיין מורא זיך צו רייצן מיט די אומות העולם און זיי אויפרייצן בשעת די וואונדן פון אונזערע זיידעס זענען נאך פריש, און עס לעבן נאך אידן מיט ארויפגעקריצטע ארעמס.... צי ווארטן מיר אז השי"ת זאל אונז נאכאמאל "דערמאנען"? ווען וועלן מיר שוין לערנען א "לעסאן" אז גענוג איז גענוג?!

ס'איז באמת מורא'דיג אומ'אחריות'דיג דאס וואס האט פאסירט אין בארא פארק. דאס האט נישט געטארט פאסירן! אז פאליציי נעמען איינעם אין תפיסה, און מ'מאכט אזעלכע איבערקערענישן! לכל הפחות וואלט מען געדארפט גיין זיך אנטשולדיגן פאר זיי, און ארויסווייזן חרטה און הכנעה, אבער ווי וואס ווען! מ'פארלאנגט אן אויספארשונג, און מ'ווייזט די פאליציאנטן אז מיר וועלן נישט טאלערירן! וואס טראכט מען?

ס'איז דא א טייטש, דוכט זיך מיר ס'איז פון חתם סופר זצ"ל, איזהו חכם הרואה את הנולד, "נולד" איז א לשון עבר, מ'מיינט נישט דא צו זאגן אז א חכם קען שטענדיג פאראויס זעהן וואס וועט פאסירן, אבער אז עס איז שוין געווען "נולד" עס איז שוין אמאל געבוירן געווארן עפעס א זאך פון די מעשה, זאלסטו כאטשיג יעצט זיין א חכם און זיך אפלערנען פון די פעלער. דאס שטימט מיט די וועלטס ווערטל "אין חכם כבר נסיון" – עקספיריענס לערנט א מענטש בעסער ווי סיי וועלכע לערנונג. נו, רבותי! מיר זענען דער "עם חכם ונבון", ווי אזוי קענען מיר הייסן "חכם"? הרואה את הנולד! מיר האבן שוין געזעהן וואס די שטאלצקייט האט גורם געווען אינעם עבר, נישט איינמאל, נישט צוויי מאל און נישט צעהן מאל – ווי דער יעב"ץ שרייבט – עס איז געבוירן געווארן דער "אנטיסעמיט" און גורם געווען חורבנות נוראות.

נישט אז סתם אזוי האבן נישט גויים פיינט די אידן. הלכה בידוע שעשו שונא ליעקב, נאר וואס דען, ווילאנג אידן זענען פארטון מיט די אייגענע ענינים, און מ'זוכט נישט צו קריכן אין די הויכע פענסטער (ליעבערמאן פאר פרעזידענט?), איז געווענליך שטיל. בזמן שהקול קול יעקב אין ידי עשו שולטים בו. אבער ווען מ'שטופט די נאז וואו מ'דארף נישט, און מ'פירט זיך נישט אויף בהכנעה צו די אומות העולם וואס האבן אונז א טובה געטאן און אונז אריינגעלאזט אין זייער מלכות של חסד, דאן רופן מיר ארויס דעם בער פון וואלד!

יא, טייערע אידן. נישט נאר די ציונים מיט זייערע ווילדע לאזונגען רייצן אויף די גויים אנטקעגן אידישע קינדער – נאר אויך מיר אליין נעבעך, מיט די אלע "לעקסוס" און "עקיורע" אויטאס, יעדע יאר מיט די נייע מאדעלן, קעדילעקס און האממערס, באפוצט און אנגעטון מיט די טייערסטע בגדים... רייצן מיר אויף די גויים און מיר רופן ארויס דעם לייב פון לייבן גרוב!

איך וועל שוין נישט מאריך זיין, איך וויל נישט אויפהאלטן דעם עולם... איך האב שוין אויך נישט צופיל צייט, (גלייבטס מיר, איך בין נישט ישראל מ. סופר... זייט נישט ברוגז!) זאל השי"ת העלפן מיר זאלן שוין זוכה זיין ארויסצוגיין פון דעם עול הגלות – יא, נאכאמאל, ס'איז א "עול"! מ'טאר זיך נישט שפירן באקוועם, און נאר שטענדיג האפן אז מ'זאל שוין פטור ווערן פון די כל מיני אנשיקענישן, און מיר זאלן שוין זוכה זיין צו ביאת משיח צדקנו ממש בקרוב – בכל יום אחכה לו. אבער ביז דערווייל – ווי מ'זאגט, ביזן קרעטשמע – זאלן מיר האבן שכל זיך אויפצופירן מיט די ריכטיגע הכנעה.




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > חדשות אנש אין בילדער > "דער שטערן" חודש אייר
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext