| נשלח ב-12/5/2006 18:31 |
|
| |
בעל "ויואל משה" אדער בעל "דברי יואל"?
איך זעה אז לעצטענס האט מען אנגהויבן צו שרייבען אויפ'ן ערשטען רבי'ן זכרונו לברכה "בעל דברי יואל" אנדערש ווי ביז יעצט וואס ס'פלעגט שטיין "בעל ויואל משה", האט עס א סיבה? אדער ס'מאכט בכלל נישט אויס יעדער שרייבט וויאזוי ס'שמעקט אים יענע מינוט?
|
|
|
|
| נשלח ב-15/5/2006 01:14 |
|
| |
פארוואס אבער שטייט אויפ'ן מציבה "ממלא מקום דודו רביה"ק בעל ויואל משה" און נישט "בעל דברי יואל"?
|
|
|
|
| נשלח ב-14/5/2006 23:51 |
|
| |
עס האט נישט קיין פשט צו נאכן די לעדערהעט פון סאטמאר אזוי
נתייסדה ע"י כ"ק מרן בעל "ויואל משה" זי"ע, ובהמשכת כ"ק מרן בעל "ברך משה" זי"ע, עס איז נישט פראקטיש, עס קוקט אויס ווי ביידע רבי'ס האבן געהייסן "משה".
|
|
|
|
| נשלח ב-14/5/2006 06:20 |
|
| |
אויב אזוי אז די רבי זי"ע האט געוואלט אז מ'זאל אים רופן דברי יואל, דעמאלטץ פארוואס אויפ'ן מציבה פונעם רבי'ן בעל ברך משה זי"ע שטייט יא "מלא מקום דודו בעל ויואל משה"?
|
|
|
|
|
| נשלח ב-12/5/2006 20:32 |
|
| |
איין סאטמאר, ענטשולדיג, ויואל משה דארף לערנען, פון ויואל משה דארף דרש'נען, אבער רופן דעם רבין זי"ע, דארף מען אזוי ווי ער האט געוואלט, ער האט דאס דאך אזוי געשריבן און פארלאנגט, שוין נאך ווען דער ספר הקדוש ויואל משה האט עקזעסטירט, האט ער דען נישט געוויסט די וויכטיגקייט, פון ספר הקדוש ויואל משה???
|
|
|
|
| נשלח ב-12/5/2006 20:17 |
|
| |
ר' אהרן קריכט שוין ארויס פון די הויט! קוים גענומען שפילן רבי, און די ערשטע זאך איז שוין
אז ממוז פארגעסן פונעם ויואל משה! אונז האמיר פאר דיר נייעס, נצח ישראל לא ישקר! די ויואל
משה וועט בלייבן הייליג און טייער ביי אלע ערליכע אידן (אהרונים נישט אינקלודעד)!!! צו
דיין שווער וויל יא, צו דיין ווייב וויל נישט!
ביטע געדענקען צוצולייגען א "ר" פאר די רבי'ס נאמען.
תוקן על ידי - wassa_dif - 12/05/2006 21:32:01
|
|
|
|
| נשלח ב-12/5/2006 19:39 |
|
| |
לדעתי, דארף מען אים רופן בעל ויואל משה, דאס ספר וואס ער האט אליין געשריבן מיט מסינ"פ, און עס סימבאלאזירט זיין עיקר ציל אין לעבן וואס ער האט געזאגט אז וועגן דעם איז ער אראפ געקומען אויף די וועלט, לוחם זיין קעגן ציונות, און פארשפרייטן אמונה.
|
|
|
|
| נשלח ב-12/5/2006 19:23 |
|
| |
איך האב געהערט אז ביי א שמועס וואס האט זיך לעצטענס געמאכט ביי רבינו שליט"א , האט ער ערווענט אז מ'דארף אים רופען בעל דברי יואל וועגן די אויבנדערמאנטע טעם פון די הקדמה
|
|
|
|
| נשלח ב-12/5/2006 19:13 |
|
| |
פשוט מאוד, דער רבי זי"ע האט געשריבן, אז ער האט א נאמען געגעבן זיין ספר "דברי יואל" "לשמי ולזכרי", דאס הייסט אז ער וויל מען זאל עם געדענקען אלץ בעל "דברי יואל"
הוספה: SORRY, איך האב נישט באמערקט אז סיגוט האט מיך אויסגעכאפט מיט זיין ענטפער...
תוקן על ידי - יענקעלע11 - 12/05/2006 19:20:13
|
|
|
|
| נשלח ב-12/5/2006 19:04 |
|
| |
די רבי זצוק"ל שרייבט אין זיין ספר דברי יואל הספר הזה קראתי בשם דברי יואל לשמי ולזכרי וועגען דעם שרייבט מען אזוי
|
|
|
|
|