די וואך איז געוען א סעודת הילולא פונעם ראפשיצער רב זיע"א בהיכל הכולל פון באבוב אין ב"ב. וואו זענען צוזאמגעקומען אלע באבובע אינגעלייט, און מ'האט אויכעט גיהאט א זכיה צו הערן דברות קודש פון כ"ק אדמו"ר שליט"א.
אין די אסיפה, האט מען געבעטן (הרב א, ש און הרב י, פ), אז אלע אינגעלייט, טראץ די רדיפות, זאלן קומען דאווענען אין די שטיבל אין רח' חזון איש. אין אזוי איז טאקע געווען.
זיי האבן פלוצלינג געזעהן אין א'מאל, נאך צוואנציג אינגעלייט פרייטיג צונאכטס. זייערע בלוט איז ארויף, און איינער איז צו געגאנגען צו הרב ד' ק, אראפ געווארפן זיין שטריימל אינמיטן שטילע שמונה עשרה פון מנחה עש"ק, און נאך אפאר אינגע גראבערס האבן אנגעהויבן מאכן קולות, "מ'דארף אייך ארויס ווארפן פון דא" וכו'. אינטרעסארט צו באמערקן, אז קיינער פון די עלטערע אידן פון זיי, האט נישט פראבירט זיי בארואיגן.
|
|