ס'איז אנגעקומען איבער גאנץ ניו יארק א די ווי די אין אידיש, צוזאמגעשטעלט דורך מיסיאנערן. עס איז מורא'דיג פראפעשאנעל צוזאמגעשטעלט, און לייגט אראפ די גאנצע תורה לויט די קריסטליכע ווערסיע. מען זעט אויך די גאנצע פרשה פון יוזל שר"י.
די DVD קומט איינגעפאקט אין א שיינעם ענוועלאופ, און ס'שטייט ארויפגעשריבן דערויף: "דער DVD איז ממש מעין עולם הבא".
אויפ'ן DVD שטייט ארויפגעשריבן "ימות המשיח".
זיי פאנגען אן די DVD מיט אדם הראשון, און נאכדעם גייען זיי אריבער צו אברהם אבינו, כדי מענטשן זאלן נישט כאפן אז ס'איז א מיסיאנערישע זאך, אבער נאך א קורצע צייט גייען זיי אריבער צו יאשקע'ן ימ"ש, וואס וועגן אים רעדן זיי רוב פילם, און ברענגען נאך גאנצע שטיקער פון די תורה, וואו יאשקע ווערט מכלומרשט דערמאנט. די DVD איז אין א גוטן אידיש (כ'וואלט נישט געזאגט היימיש, אבער העכסט גוט).
זיי האבן אפילו געעפנט א וועבסייט אין אידיש וואו מען קען זען די גאנצע ווידיא. register.com זאגט אז די וועבסייט איז געעפנט געווארן דורך איינעם אין סקאטסדעיל, אריזאנע. די ריטוירן אדרעס אויפ'ן ענוועלאופ איז א PO BOX אין ברוקלין, נ.י. 11206. די נאנפראפיט ארגאניזעשאן פאסטעדזש איז פון איינעם אין סענטע ענע, קאליפארניע.
ווער עס האט זיי געגעבן די אדרעסן פון היימישן עולם איז א גרויסע פראגע.
די גוטע נייעס איז אז זיי פארשווענדן געלט אין מיסט אריין, ווייל קיין שום חסיד וועט נישט ווערן פארקויפט פאר די שטותים, און זיי געבן נישט אויס די געלט צווישן רוסישע אדער תימנער אידן א.א.וו. ווי זיי וואלטן יא אפשר געהאט הצלחה.
יעצט ליינענדיג די אשכול באקום איך א פאון קאל, אויפ'ן איי-די שטייט CONG. YETEV LEV און א רעקארדינג ווארענט אז מ'זאל אנזאגען אין שטוב אז די מיסיאנערן שיקען DVD'S מיט CD'S מיט'ן נאמען "ימות המשיח"
זענען זיי שוין טאקע אנגעקומען ביז קרית יואל? איך האב נאך גארנישט באקומען, האט שוין איינער באקומען אין קרית יואל?