בית פורומים כל העולם כולו

א געבארגטע איי מיט א בליטץ טראפ

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-14/5/2006 23:10 לינק ישיר 
א געבארגטע איי מיט א בליטץ טראפ

איך בין פארגיע וואך געוואר געווארן א אינטערסאנטע הלכה


אז אויב איר בארגט א איי פין א שכן, אין דער איי האט א בליטץ טראפ
{קען זיך מאכן אפט ווען איר בארגט א דאזן אייער}


איז א ערענסטע שאלה אויב איר מעגט עס באצאלן
טייל פוסקים האלטן אז עס גייט אריין אין די איסור ריבית,


איך האב געהאט אזא מעשה, כהאב געבארגט א דאזן אייער, איין איי האט געהאט א בליטץ טראפ
כ'האב באצאלט די דאזן אייער פארן שכן


שפעטער האב איך געפרעגט מיין דיין פאר אינטערסאנטקייט, אויב איך בין מחיוב צי באצאלן א געהעריגע איי ווייל עס האט דאך געהאט א בליטץ טראפ,ממילא דער איי מיט א בליטץ טראפ איז דאך באמת גארנישט ווערט,


האט ער מיר גע'ענפערט כנ"ל אז עס איז א גאר ערענסטע שאלה


איך וואלט געוואלט הערן דא, אויב דער עולם ווייסט דערפין




דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-16/5/2006 17:49 לינק ישיר 

פאטאקי:

משה-דער-6טער אליינס שמועסט אויס ביידע אופנים, אמת טאקע ביי איין איי איז אביסל אנדערש ס'מוז אבער נישט זיין.

ברענג-נייעס:


דו מיינסט מן-הסתם דו גמרא פון בני חבורה שאין מקפידין זע"ז וכו', דאס איז נאר טאמער מ'ווייסט נישט זיכער אז ס'איז מער, משא"כ ביי די אייער וואו מ'איז קלאר אז ס'איז געווען אנדערש בשעת ההלוואה כנ"ל.

לפי"ז דארף מען לכאורה צוקומען צום אויבן-דערמאנטן היתר. לכשאפנה אגלוש, עוד חזון למועד!



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-16/5/2006 04:17 לינק ישיר 

לויט ווי איך האב געלערנט, איז עס קיין שום פראבלעם

ביי א שכן איז עס מותר לכתחילה, און א מצוה מפני דרכי שלום

אדרבה

לאמיר פרעגן א קשיא, וויפיל מאל איז אויסגעקומען צו בארגן א האלבע באטל מילך, א פערטל קארטן טשיז, א דריטל פעקל ברויט

האט איר נישט אייביג זיכער געמאכט, אז איר באצאלט מיט עטוואס מער, מיט א רעפטל מער, אביסל מער מילך, עטוואס מער קעז

וועט איר פרעגן פארוואס מעג מען,

וואזשע דען,

עס איז קלאר מבואר אין שולחן ערוך אז ביי משפחה, שכנים ווי מען איז נישט מקפיד מעג מען

די זעלבע דא אויך

איך האב נישט קיין ספרים לעבן מיר איצט, קען איך נישט נאכזוכן אינעווייניג

אבער אדרבה, ווער עס האט  אביסל איבעריג צייט, זאל מזכה זיין דעם עולם




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-16/5/2006 03:39 לינק ישיר 

מעפיקל
מען רעדט דא פון א סינגל נישט פון קיין דאזן



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-16/5/2006 01:35 לינק ישיר 

איך ווייס נישט וועם דו נוצט אלס דיין, אבער לפע"ד איז עס נישט קיין שאלה וטעמי ונימוקי עמי כדלהלן: 

רבית מעסט זיך אויף שוויות-וועהרט-VALUE, ממילא, ווען די קויפסט א דאזן-DOZEN אייער אין געשעפט און די טרעפסט איין איי מיט א בלוט'ס-טראפ, טראגסטו עס צוריק פאר קרעדיט?

-ניין, הא?

פשט איז אז א פארמאכטע פעקל אייער פארמאגט א געוויסע שוויות, אפילו ס'קען קאנטעינען איין איי מיט א בלוט'ס-טראפ, און דאס האט דיין חבר/שכן דיר געבארגט, דערפאר ביסטו מחויב אים צוריק-צו-געבן וואס ער האט דיר געבארגט.

ומינה נשמע להיפוך, דהיינו:

אויב די בארגסט פון דיין חבר א פארמאכטע פעקל אייער און אלע זענען כשר, און ווען ס'קומט צו באצאלען גיבסטו אים צוריק א פארמאכט פעקל וואס אנטהאלט איין איי מיט א בלוט'ס-טראפ, איז עס קלאר נישט קיין גניבה.

כנלפענ"ד ודו"ק  לכשאפנה אגלוש, עוד חזון למועד!



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-15/5/2006 22:54 לינק ישיר 

אבער ביי א מציאות וואס נישט איך אין נישט מיין שכן
ניצט א איי מיט א בליטץ טראפ,ווייל מיר האלטן אז מען טאר עס נישט עסן

פאר זיי איז די איי באמת גארנישט ווערד,זילטש
אין ווען די גיבסט אים צוריק א כשר'ע איי האסטו אים צוריק גע'געבן מער וויפיל ער האט דיר גע'בארגט
אין דאס איז א שאלה פין אבק ריבית



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-15/5/2006 22:45 לינק ישיר 

סאויך דא א ערנסטע שאלה אויב מען מעג עסן א איי מיט א בליץ טרפ אסאך דיינים האלט ן אז ממעג און אויב מעג מען קען מען דאך באצאלן א געהעריגע איי אויך



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > א געבארגטע איי מיט א בליטץ טראפ
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext