רבינו שליט"א געפראוועט היינט נאכט און וומ"ס
א שורה פון א ריזן ציבור האבן היינט נאכט געווארט אריין צוגיין זיך געזעגענען אל הקודש פנימה ביי כ"ק אדמו"ר עט"ר שליט"א און קוויטל שטוב על יד ביהמ"ד המפואר, ווען אינצווישן האט דער ציבור געהאט די זכי' צו דאווענען מעריב און ציילן ספירה מיטן רבי'ן שליט"א.
עס האט געדויערט בערך 4 שעה, דערנאך איז רבינו שליט"א אריבער געגאנגען מנחם אבל זיין אחד מאנשי שלומינו, און נאכדעם איז רבינו שליט"א מכובד געווארן מיט די מצוה פון שליח הקן ביי א חשובע אינגערמאן מאנ"ש און וויליאמסבורג.
וואס א טאג מער וואס גייט אדורך תחת דגלו פון כ"ק רבינו שליט"א, זעהט מען אלץ מעהר וואס מיר האבן געהאט פארלוירן די לעצטע תקופה וואס דער עולם האט נישט געקענט געהעריג זיך מסתופף זיין ביים רבי'ן זצ"ל, און חאטשיק ס'איז אדורך אזא לאנגע תקופה פון 7 יאר, איז דער עולם נישט צעגאנגען נאר מקומט זיך ווייקן ביי רבינו שליט"א פונקט ווי 10-15 יאר צוריק און אפשר נאך מעהר.
דער מעסעדש שרייט הויך און קלאר אז "סאטמאר איז חי וקים"!!!!!!
|
|