מאנשעסטער מחוצף פליט קיין שווייץ
אזוי ווי אין זייערע פורום שרייבן זיי אסאך שקר איבער'ן ביהמ'ד אין מאנשעסטער וויל איך קלאר
שטעלן די פאקטן. קודם כל איז עס ליגנט אז הרב קאפעלמאן שליט"א האט גערעדט לכבוד'ן גרינדן דעם
נייעם זאלי ביהמ'ד, פונקט פארקערט, ער האט פארגאנגענע וואך אנגערופן איינעם מיט'ן נאמען
"מעהלער" וואס ער האט געדארפט זיין דער דיין און שיינע איד ביי זיי אין ביהמ'ד, און הגאון
הישיש הרב קאפעלמאן שליט"א האט אים אנגעשריגן מיט גאר שארפע ווערטער און בעיקר פארוואס ער
טשעפעט זיך מיט'ן רבי'ן (ווי באקאנט האלט ער זיך פאר א חסיד פון הגה"צ ר' ישראל חיים
שליט"א און ער א רופט אים "דער רבי"). און ער האט אים געזאגט בתוך דבריו אז ער זאל זיך נישט
וואגן צו עפענען א ביהמ"ד קעגן דעם רצון פון ר' ישראל חיים. דער צדיק "מעהלער" איז שנעל
געלאפן און געכאפט א פליגער קיין שווייץ אויף שבת (אפשר זיך צו פארענטעפרן אדער צו פועל'ן יא
צו מעגן עפענען). עכ"פ דער ביהמ"ד האט זיך נישט געעפענט דעם שבת צוליב דעם. הרב קאפעלמאן
האט ג'עצה'ט הרב ישראל חיים שליט"א אז ער זאל לאזן אויך מאכן א מי שברך פאר רז"ל פאר ווער
ס'וויל אזוי אפצושטילן די פאריקטער רידערערס, און אזוי האט הרב ישראל חיים שליט"א טאקע געטוהן
ווען ער האט עולה געווען ששי די וואך. למעשה זונטאג האבן זיי געמאכט א מנין מנחה מעריב אין
דעם נייעם שול, (דער הויז געהערט פאר נפתלי ווייס פון וומסב'ג דער מנהל פון חוש, ער איז א
גרויסע זאלי צוזאמען מיט זיין טאטע וואס וואוינט אין מאנשעסטער). ר' חיים ווייס נ"י בן
הרה"ח ר' בעריש שליט"א האט שוין געזאגט אז ער גייט נישט אהין גיין דאווענען. כ'האב געהערט
אז ס'גייען דארט דאווענען אפאר ל"ג'ס און שלעגערס וואס מען האט שוין לאנג געוואלט פטור ווערן
פון זיי.
תוקן על ידי - wassa_dif - 15/05/2006 17:10:10
 |
|
|