בית פורומים שיעור עיון

וויאזוי דארף מען זיך פירן?

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-16/5/2006 05:41 לינק ישיר 
וויאזוי דארף מען זיך פירן?

פיל מיט ספיקות זענען פארהאנען אויף דעם דרך וויאזוי עס איז אנגענומען היינט צוטאגס לגבי הנהגות בעבדות השם, אנגעהויבן בעניני השקפה און געענדיגט ביי די שווערסטע און הארבסטע הלכות.

איך לייג פאר די שאלות טרוקענערהייט, היות דאס איז נאך קיינמאל נישט נתברר געווארן כשמלה, וועל איך עס שיין מסדר זיין כדי שירוץ הקורא בו.

1) דאס איז פארשטענדליך און פראקטיש אז א איד וואס קען נישט די הלכות פון דעם ענין וואס ווערט דורכגעטוהן האט נישט קיין רעכט צו פסקנען אליינס קיין הלכות. דעת תורה איז היפך דעת בעל הבית, און אפילו ער זאל זיין א תלמוד חכם אין אנדערע ענינים איז עס לכאורה גארנישט מיט נישט אויב קען ער נישט גרונטליך דעם סוגיא.

2) א איד וואס האט זיך אראפגעזעצט דורכלערנען דעם נושא, און קומט צו א מסקנא, מעג ער פסקנען אזוי להלכה? צו ער דארף נאך איינעם פרעגן? ער מוז אויסהערן יעדעם'ס דעת תורה צו דאס וואס ער האט דורכגעטון איז שוין גענוג. און צו מוז ער זיין א מוסמך להוראה (?) צו עס איז גענוג ווען ער לערנט עס דורך פאר זיך גרונטליך?

3) עס איז א מימרא שגור בפי אנשים אז 'יעדער זאל זיך פרעגן זיין מורה הוראה'. וואס מיינט דאס? וויאזוי ווערט עס 'זיין' מורה הוראה?, אויב האט מען אייביג געפרעגט א צווייטן וואס איז יעצט די דין?, און צו קען מען טוישן מורה הוראה אינמיטן א געפעכט? און אויב האט ער זיך נישט געפירט אזוי וועט מען אים דן זיין דערפאר? למעשה איז דאך יש על מי לסמוך?

4) א מורה הוראה מיינט לכאורה איינער וואס האט באקומען סמיכה להוראה (?),  מוז ער זיין א ירא שמים אויך? עס איז דאך דא וואס טענה'ן אז דער איז נישט קיין ירא שמים? איך מעג אליינס באשליסן צו ער איז א ירא שמים? אדער דאס מוז איך אויך פרעגן א מורה הוראה (איך האב דאך נישט געלערנט הלכות ירא שמים...)

5) אין א ירא שמים אליין איז גענוג (פארשטייט זיך אז איך רעד בעניני השקפה, בעניני הלכה דארף מען דאך א תלמיד חכם)? א חסידישע רבי קען איינטיילן וואס צו טון ווייל ער פירט א עדה?

6) בעניני השקפה, ווען מען פרעגט א חסידישע רבי, וועט מען נישט דן זיין אויבן אין הימל דערפאר? איין רבי טענהט אז דאס איז יהרוג ואל יעבור, דער צווייטער טענהט אז עס איז א מצוה. וועם דארף מען פאלגן? איז די תירוץ ווייטער אז מען דארף פאלגן דעם צו וועלכע קרייז מען באלאנגט. וואס וועט זיין אז איך באלאנג אינערגעץ נישט? (איז דא א חיוב ערגעץ צו 'באלאנגען'?) וועם דארף איך פאלגן? וויאזוי ווייס איך ווער עס איז א ריכטיגע ירא שמים?

7) איז דא א חיוב מחאה אויב איינער פירט זיך אויף וואס דיין מורה הוראה זאגט אז עס איז א איסור עפ"י תורה?

עד כאן חלק א'.

איך וויל זיך יעצט באציען צו א צווייטע זאך וואס דאס גרעניצט זיך מיט די עירוב אין וויליאמסבורג, איך גיי בלויז אריין אין א קליינע פרט פון די גאנצע שערוריא, (פארשטייט זיך אז די חלק פון מחלוקת צווישן די קרייזן האט נישט קיין שייכות צו דעם פארום, ווייל איך פרעג בלויז לברר אמיתן של דברים עפ"י תורה, און אדרבה זאל נתברר ווערן דעם ענין).

די אכטע קשיא:
8) האט די מושג 'קהילות' א הלכהדיגן קראפט?

וואס איך האב דורכגעטוהן איז אז יא!

די שאלה איז ביי די היינטיגע שטעט ווי עס פאמירן זיך כסדר קרייזן און קהילות, יעדע קהילה אדער בית המדרש'ל איז א זאך פאר זיך. ווען איז די החלטה פון איין קהילה מחייב דעם צווייטן?

איז אזוי:

ביי א זאך וואס האט גארנישט מיט די שטאט קיין שייכות, למשל מנהגים, איינער זאגט הלל אזוי און איינער אזוי, קען קיין איין קהילה נישט מחייב זיין דעם צווייטן. עס איז א אנגענומענען זאך אין די פוסקים אזוי, ועיין במג"א או"ח סי' רסג סקכ"ד וואס די מחבר שרייבט דארט אז אויב רוב קהל האבן שוין מקבל געווען שבת איז די מיעוט נמשכים אחריהם. שרייבט דארט דער מג"א : וכן בעיר שיש בתי כנסיות הרבה אין אחת נמשכה אחר חברתה. דאס הייסט אז יעדער מעג טוהן וואס ער וויל.

(וראה מג"א סי' תצג סק"ו; פרי חדש סי' תצו סקי"ט; שו"ת מהריב"ל ח"ג סי' י (והאמת יורה דרכו דהא המהריב"ל פוסק להחמיר בתקנות העיר דיכולין לכוף את המיעוט וכמו שנביא להלן בשמו, ואת"ל דהיינו הך יהיו דבריו סותרין, ודו"ק); מהרשד"ם חיו"ד סי' מ; שו"ת חת"ס ח"ו סי' א; ועוד ועוד.)
*:namespace prefix = o ns = "urn:schemas-microsoft-com:office:office" />
אבער א זאך וואס איז נוגע די עצם שטאט, למשל צו מען מוז צאלן שטייערן, און וויפיל, לענינו צו עס מעג זיין א עירוב איז א דבר מוסכם בכל הפוסקים אז אויב רוב קהילות זענען מתקן א תקנה אויף די שטאט קענען זיי כופה זיין את המיעוט!

איך וועל דא אראפברענגען א אפאר שו"ת ספרים (וואס א חבר האט מיר שוין לאנג צוריק אנגעוויזן) וואס שרייבן אלע כאחד באין חולק אז א תקנה וואס איז למיגדר מילתא, רוב קהילות האבן געמאכט א תקנה אויף א געוויסע זאך און זיי זאגן די טעם דערפון אלץ למיגדר מילתא אז מען זאל נישט צוקומען צו קיין מכשולות וכדו', איז די מיעוט נכנע אינטערן רוב! און אפילו זיי האבן גדולים ותלמידי חכמים מיט זיך.

אין בארא פארק וועט דאס לכאורה  נישט שייך זיין, ווייל כמדומה אז רוב קהילות זענען יא מסכים מיטן עירוב. אבער אין וויליאמסבורג שטעלן זיך רוב קהילות (כלומר זייערע די ממוני ומנהיגי הקהילות) ארויס קעגן די עירוב, וואס דאס איז לכאורה מחייב די גאנצע שטאט. (לויט מיינע אינפארמאציע איז עס רוב קהילות, קען זיין אז איך בין נישט גערעכט).

אין שו"ת מהר"ם אלשיך (סי' נט) איז ער דן איבער א שטאט וואס עס איז געווען דארט פיר קהילות, און די גדולים האבן דארט מתקן געווען א געוויסע זאך, און איין גדול האט עס מתיר געווען. (איך ברענג נישט אראפ די גאנצע תשובה וויייל עס איז זייער לאנג און רוב דערפון רעדט ער ארום פון סוגיות הש"ס)

שרייבט ער דארט אזוי:
ועוד בעיקר הדין אי אמרינן דב' בתי כנסיות בעיר א' כשתי עיירות דמי אי לא, דנפקא מינה שאם היו שלשה או ד' וג' הסכימו הסכמה א' אם יכולים בני בית הכנסת האחד לפרוש עצמם מג' עם היות בני בית הכנסת ההוא מיעוט והג' רבים, בהא אמינא כיון דאתא לידן אימא ביה מילתא ואיזדקקנא להכי, משום דכל ימי נצטערתי על זאת מאז שמעתי שבדורנו זה היו מחזיקים בה והיא שעמדה להרבות מחלוקת בעולם כאשר שמענו וכן ראינו במקומות מוחלפים רחמנא ליצלן.

נאך א לאנגע משא ומתן פירט ער אויס:

והשתא דברירנא דאזלינן בתר רובא נהדר לעיקר השאלה דקאימנא עלה בעיר שיש בה בתי כנסיות הרבה אי אמרינן דכל בבית הכנסת הוי כעיר בפני עצמה ואע"ג שרוב הקהלות מסכימים לדבר אחד שלתקוני העיר יכולים בני קהל א' לפרוש עצמן או דילמא אפילו בבית בפני עצמו נכללים במנין הרוב והוו מיעוט לגבי בני שאר ב"כ, והן אמת כי אפילו היה הדבר שקול טוב להטות אחר סברת החושב [ש]כל קהלות שבבתי כנסיות העיר כקהל א' כי רבים חללים תפיל המחלוקת הנמשך מתחת יד סברת הפרד כל בית הכנסת ובית הכנסת מרוב הקהלות בעיר אחד.


ומה גם עתה כי הרבה תשובות בדבר חדא שכל עיקר דעתם הוא דכיון שנפרדו בבית הכנסת בפני עצמו נעשו כבני עיר אחרת. וקשה דלא יהא אלא כפר הסמוך לכרך ויש הפסק בין הכרך לכפר אלפים אמה והיהודים הדרים בכפר מתפללים בבית הככנסת שלהם ואעפ"כ נידונים ככרך, כדגרסינן בגמ' (מגילה ג, ב) אמר ריב"ל כרך וכל הסמוך לו כו' נידון ככרך והיינו כפר בפני עצמו כל' הטור וז"ל וכן הכפרים הסמוכים להם אפילו אינן נראין עמהם כגון שהם בעמק או שנראין עמהם ואפילו אינן סמוכים כגון שהם בהר ובלבד שלא יהיו רחוקים יותר ממיל ע"כ. והרי ק"ו הדברים ומה בני כפרים שהם חוץ לעיר מיל והוא ישוב בפני עצמו שהיה מן הדין להיות מקדימין ליום הכניסה ואדרבא עולין עד היותם מכלל הכרך כ"ש ב' קהלות שבתוך העיר שלא תספיק חילוק הב"ה להחשיבם כב' עיירות.

נאך שרייבט ער:

שאפילו לא היתה הסכמה זו מקדושים אשר בארץ המה, ולא היה עתה רבם של כל הקהלות המחזיק בהסכמה או עושה אותה מחדש, אלא שהג' קהלות היו באים עתה לעשותה, "מי נתן כח לקהל האחר שהם המיעוט לעכב ולבלתי הכנס אתם בהסכמתם. ע"כ.

ער ברענגט צו א לשון הרד"ך (בית י"ב) וואס קריגט אויף דעם פרט אבער ער פירט אויך אויס: 

ולפ"ז אין כח לבני בית הכנסת אחד לכוף לבני בית הכנסת אחר דהוו קהל לעצמו, הני מילי היכא דלאו מיגדר מילתא ותקנתא לכלם היא, אבל היכא דמיגדר מילתא ותקנתא לכלם היא כופין, דברוב בני העיר תליא מילתא לענין להסיע על קצתן כדכתיבנא, "ואף שהם בכמה מקומות בבתי כנסיות כופין הרוב למיעוט כיון דבעיר א' יושבים".


ומינה לכל הסכמות הקהילות וכו', ואם רוב הממונים של רוב הקהילות יסכימו דבר אחד "כופין את מיעוט הקהילות" לעשות התיקון ההוא או לגדור את הגדר ההוא כמ"ש שהולכים אחר הרוב, ובדבר הזה ישפות שלום על ישראל ועל רבנן וכו', כללו של דבר שאין חילוק בין עיר שיש בה בית הכנסת אחד לעיר שיש בה בתי כנסיות הרבה שבכללם הולכים אחר הרוב בין במה שהוא מיגדר מילתא במילי דשמיא בין במה שהוא לתיקון העיר במילי דעלמא.

ומינה לכל הסכמות הקהילות וכו', ואם רוב הממונים של רוב הקהילות יסכימו דבר אחד "כופין את מיעוט הקהילות" לעשות התיקון ההוא או לגדור את הגדר ההוא כמ"ש שהולכים אחר הרוב, ובדבר הזה ישפות שלום על ישראל ועל רבנן וכו', כללו של דבר שאין חילוק בין עיר שיש בה בית הכנסת אחד לעיר שיש בה בתי כנסיות הרבה שבכללם הולכים אחר הרוב בין במה שהוא מיגדר מילתא במילי דשמיא בין במה שהוא לתיקון העיר במילי דעלמא.


עד כאן פון שו"ת מהר"ם אלשי"ך

(דער חתם סופר אין די תשובות חאו"ח סי' קצג ברענגט אראפ דעם תשובה און ער דרוקט זיך אויס "וזה פשוט מאוד ולא היה צריך להאריך").

אויך אין שו"ת מבי"ט (ח"ג סי' עז) איז ער דן אויף אזא שאלה, וז"ל:

ולענין אם ג' או ד' בתי כנסיות בעיר א' אם יכולים רוב מנין ורוב בנין הבתי כנסיות לכוף את המיעוט אפילו הם קהל א' שיקבלו עליהם הסכמת רוב הקהלות, האריך בזה החכם נר"ו להכריח שיכולים לכוף רוב קהלות שבעיר א' לקהל אחד שבעיר שיסכימו עמהם בכל מה שיש בו מגדר מלתא דאיסורא, ונראה לי שהדין עמו גם בזה וכו', אבל בתי כנסיות של עיר אחת יכולים להכריח הרוב את המיעוט שיקבלו עליהם הם במה שהיא למגדר מלתא דאסורא כפשטה דברייתא פ"ק דבתרא רשאים בני העיר להתנות וכו' ולהסיע על קיצתן, וכן כל הפוסקים כתבו רשאין בני העיר וכו' סתם דמשמע בני עיר א' בין שיהיה בה קהל א' או כמה קהלות וכו', וירושלים העיר רבתי עם היו בה בתי כנסיות כמנין מלאתי משפט ואמרו כך הי' מנהגן של אנשי ירושלים וכו' נראה כי כל הבתי כנסיות שבה היה מנהגן כך וכן היה בכל התקנות שתקנו בירושלים התקין ריב"ז שיהא לולב ניטל במקדש ז' ובמדינה יום א' ושיהא יום הנף כולו אסור וגם כי זו וכיוצא בה היתה תקנה לכל ישראל לא לעיר ירושלים לבדה מפני שהיתה על פי נשיאי ישראל וב"ד גדול, נלמוד אנחנו גם כן אפילו בזמנינו להיות אגודה א' בעיר אחת בתקנות וכו'
, וכן צריך שיהיה בכל עניני העיר שיהיו כולם אגודה א' כמו שהם מיוחדים בק-ל אחד ותורה אחד ומשפט אחד -כך יהיה גם כן בתקנות שיש בהם מגדר מלתא דאיסורא שחייבין המיעוט להיותם נגררים אחרי הרוב בכל עניינים אלו, אפי' שיהיה כמה בתי כנסיות בעיר א' רוב מנין גולגלתא או קרקפתא דגברי חשיבי שבעיר ורוב בנין דבתי כנסיות יכולים לכוף את המיעוט בדבר שנראה להם לפי הזמן שצריך לעשות תקנה וגדר שלא יגעו באיסור תורה או אפי' דרבנן אם רואים שהוא קרוב או מצוי לעבור עליו "ולא נאמר די לנו מה שאסרה תורה ומה שאסרו חכמים כי ההסכמה או התקנה מעמדת ומקיימת איסור תורה ודברי סופרים".


אויך אין שו"ת רבי אליהו מזרחי (סי' נג) איז ער מסופק "בעיר שיש בה בתי כנסיות הרבה, אי אמרינן דכל בית כנסת הוי כעיר בפני עצמה, ואע"ג שרוב הקהילות מסכימים לדבר אחד שהוא לתקוני העיר יכולים בני קהל אחר לפרוש עצמן, או דילמא אפילו בבית הכנסת בפני עצמו נכללים במנין הרוב והוי מיעוט לגבי שאר בתי כנסיות" און ער פירט אויס להחמיר אז די מיעוט קהילות זענען נכנע אינטערן רוב.


דער המהר"י בן לב (שו"ת ח"ב סי' לב) שרייבט גאר קלאר:

ובטענה השניה שנזכר בשאלה שהגזרה הכללית מהסכמת כל הקהלות בענין העריכה בנתינת הרשות היא מבטלת ההסכמה הפרטית מהקהל, ודאי דהכי הוא לפי סברת הרשב"א וכמה מהפוסקים דסבירא להו דהרוב יכולים לכוף את המיעוט אפילו בדבר דלא הוי מיגדר מילתא וכמו שיש בזה כמה תשובות דכי היכי דרוב הקהל יכולים לכוף את המיעוט הכי נמי רוב הקהלות יכולין לכוף לקהל אחד, וכל שכן שהמנהג בזאת העיר בין הרומאניוטי"ש והספרדים שכל העיר כקהל אחד ונעתקים מקהל לקהל כרצונם ואפילו בשאלוניק"י דכל איש ואיש מדבר כלשון עמו וכשבאו מן הגרושין כל לשון ולשון קבעו קהל בפני עצמו ואין יוצא ואין בא מקהל לקהל וכל קהל וקהל מפרנסי עניי לשונם וכל קהל וקהל נכתבו בפנקס המלך לבדו דהוא נראה כל קהל וקהל כעיר בפני עצמה, אפילו הכי נוהגים שרוב הקהלות כופים לקהל אחד להסכמתם, וכבר יש בידי עוד ראיות על זה הענין אלא שאני מקפץ ועולה ומקצר ואיני בא כי אם לעורר הטענות ואם יצטרך להרחיב הדברים יותר אוסיף שנית לכתוב ב"ה, וכבר כתב הרשב"א דאפי' שהיחידים נשבעו נגד הסכמת הקהל ששבועתם בטלה אי יתירו אותה וכן נמי בנידון דידן נימא דהחרם וההסכמה של הקהל הפרטי הוא בטל לגבי הסכמות הקהלות הכללית.

אזוי אויך אין שו"ת
המהרש"ך (ח"א סי' סו) רעדט ער ממש פון אונזער מציאות.

בשמים עדי ושהדי כי מעולם ברחתי מהטפל במחלוקת ודברי ריבות ויעבור עלי מה, אך אמנם עתה לא אוכל להתאפק כי קנא קנאתי קנאת ה' צבאות וקנאת מורי הרב המובהק נר"ו אשר מנעוריו נודע בשערים המצוינין בחכמה ובחסידות וכל יודעי שמו יבואו ויגידו צדקתו, ועתה לעת זקנתו עבר עליו מאורע רע ומר על לא חמס בכפיו, אך אמנם יען היותו מוכיח ומישיר כדרכי האמת והצדק דברי שנאה סבבוהו וילחמוהו, ולכן אמרתי לחוות דעי גם אני להיכן הדין נוטה משפט השאלה אשר עליו נתגלגלו כל הענינים הנמשכים וידעתי נאמנה כי לא נכחד עצמת האמת מעיני כל יודעי דת ודין אך אמנם שנאה מקלקלת השורה וכו'.

ואומר כי נדון זה לא יצדק עליו אריכות דברים אך אמנם הכרח המנגדים הגיעו אל הרב מורי נר"ו להאריך מה שהאריך כי בלי ספק יכולים הג' ק"ק יע"א לכוף את הקהל הרביעי ובזה כל אנפין שוין מכל הצדדים שאפשר לצדד לא נשאר שום צד כלל לומר שיהיו רשאין יחידי הקהל האחר לבלתי הסכים בהסכמה הנז'.


והנה אזכיר כל הצדדין שאפשר לצדד בקוצר. חדא דאפילו את"ל דלא מצו הרוב לכוף את המיעוט היינו במידי דאיתא רוחא להאי ופסידא להאי שאין כולם שוין בדבר, אמנם במידי דאיכא רווחא להאי ולהאי כנ"ד שכולם שוין בדבר לא מצינו מי שיחלוק ויאמר שלא יוכלו לכוף הרוב את המיעוט ומי שירצה לומר שההסכמה זאת הוי רווחא להאי ופסידא להאי בלי ספק אהבת הניצוח גבר עליו. ואם נפשך לומר דאפי' את"ל דבמידי דאיכא רווחא להאי ולהאי מצו לכוף היינו כשהרוב והמיעוט הם בקהל אחד אך אמנם כשהם נפרדים בב' קהלות איכא לפלוגי ולומר דאינם יכולים לכוף דלא שייך לומר רוב ומיעוט אלא כשהם בחברה אחת ובכת א' ונחלקו ועלו למנין ונמצאו הרוב נוטים לצד אחד והמיעוט לצד א' אמנם בקהלות אשר מתחלה במקום ההוא כל קהל וקהל היה נפרד מחבירו ולא קרב זה אל זה יראה דאין מקום לכופם מטעם רוב ומיעוט, אפילו הכי במידי דהוי מגדר מלתא כל אנפין שוין דמצו לכוף כנידון דידן דהוי מגדר מלתא וכו'.

עד כאן.




דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-28/11/2008 01:35 לינק ישיר 

שלום שטוב, זייער פשוט. אין רוב שאלות וואס ווערן געפרעגט זענען דא עטליכע שיטות, און עס איז דא אן עיקר הדין, א לכתחילה, א בדיעבד, א שעת הדחק און א מחמיר תבוא עליו ברכה. ווען מ'קען א מענטש ווייסט מען אויך צי דער זאך הייסט ביי אים א שעת הדחק אדער נישט. ווען איינער פרעגט א שאלה וויל ער אויך וויסן צי עס פאסט פאר זיין סטאנדארט אין אידישקייט.

יעצט, ווען ר' געציל וועט פארשטיין אויף די שאלה אז מ'קען זיך סומך זיין אויף די מקילים, אבער ער ווייסט אז דער איד ספענדט א סך געלט אויף אלע ענינים וואס איז שייך נאך צו קומען די גרעסטע חומרא, טאר ער אים נישט ענטפערן אז די זאך איז מותר, און שוין. אויב ער ענטפערט אזוי, האט ער אים אויסגעפאפט, וועל ווען ער באקומט דעם קלארן בילד וואלט ער זיכער נישט מקיל געווען.

די זעלבע איז פארקערט, ווען עס איז דא אין א זאך א שיטת המחמירים, אבער ער פארשטייט אז דער שואל איז נישט אינטערעסירט אין קיין חומרות, וועט ער אים דארפן ענטפערן די עיקר הדין. אויב ער וועט אים זאגן וועגן די מחמירים, קען זיין אז ער וועט דא קומענדיגע מאל בכלל נישט פרעגן קיין שאלה רח"ל.

אויסער דעם דארף מען וויסן וואס עס הייסט א הפסד מרובה ביי איין מענטש איז נישט ביי אן אנדערן מענטש, און דאס איז זייער שווער אויסצורעכענען ווען מ'קען נישט דעם שואל. דאס זעלבע איז מיט פיל אנדערע ענינים וואס מ'טאר נישט ארויפברענגען על הכתב.



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מנותק
נשלח ב-25/12/2006 04:49 לינק ישיר 

טאגליכט
עפעס איז אינטרעסאנט, ר' געציל פסקנט פאר איינעם אזוי, און פאר א צווייטען אנדרעש???
היתכן?????





דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-11/7/2006 18:42 לינק ישיר 

כ'בין נישט אזא גרויסע תלמוד חכם ווי יעדער דא, אבער לאמיר פרובירן זיך צו דערמאנען אביסל גירסא דינקתא. איך וועל לכאורה גיין צומישט אביסל, כהאף אז מוועט מיר פארשטיין. ערשטענס, לגבי זיך פסקענען אליינס, אפילו מהאט איבערגעארבייט די סוגיא, ווען איך האב מיר אמאל פארהערט ביי ר' ישראל דוד הארפענעס שליט"א, האב איך אים אמאל געפרעגט בנוגע דעם ענין, האט מיר געענטפערט, אז ווי גוט מזאל האבן דורך געארבייט אן ענין, טאר מען זיך נישט פסקענען אליינס, פארוואס? ווייל כמעט אלס ווען די האסט א שאלה, לאמיר זאגן לגבי מאכן המוציא אויף אידיש, צו מהאט יוצא געווען צו נישט, און ש"ע סימן קס"ז איךמיין אז אין סיעף י"ג, ווערט דערמאנט די שאלה, און דער מחבר און די נושאי כלים, פסקענען, אז אויב האט מען דערמאנט שם ומלכות, האט מען יוצא געווען, יעצט אז איינער וועט גיין און זיך פסקענען די הלכה אזוי, האט ער נישט גוט געטוהן, פארוואס, ווייל סאיז דא נאך אזאך וואס קיינער פון די נושאי כלים דערמאנען נישט, דאס איז מטבע שטבעו חכמים, הגם דער תניא דערמאנט עס יא, (און ער האלט אז סהייסט נישט מטבע שטבעו חכמים) אבער נישט אויפן פלאץ, ממילא וועט דער איד זיך נישט כאפן, און ער קען אזוי אריין פאלן און אסך הארבע איסורים, ממילא וועגן דעם דארף מען גיין פרעגן אויך א מורה הוראה. לגבי וועם מזאל אויסוועלן אלס מורה הוראה, די פראקטישסטע איז מזאל גיין צו איינעם וואס דו קענסט שוין פון ווען דו ביסט געבוירן (אויב מעגליך) ווייל ער קען דיר שוין פון אלס קינד, און ער וועט דיר בעסער קענען ענטפערן (למשל איך גיי געווענליך צו ר' געציל בערקאוויטש שליט"א אין קרית יואל, פשוט ווייל ער קען מיר פון אלס קליין קינד, און אסך מאל האט ער מיר געזאגט, אז לגבי א צווייטן וואלט ער ווען אנדערש געפסק'נט). לגבי ווער סהייסט רוב און א שטאט ווי וויליאמסבורג, איז טאקע זייער שווער ווייל סאיז נישטא קיין שטאטס רב, נאר יעדע ביהמ"ד האט זיך זיין אייגענע רב, אבער וואו עס איז דא א שטאטס רב פאלט לכאורה אוועק די שאלה ווער סהייסט רוב, וויבאלד סאיז דא אי רב וואס רוב האבן אויפגענומען, האט ער די כח פון רוב. (טאגליכט מיר האבן פארראכטן די חלק וואס קען פארדרייען די שמועס דא צו גאר א צווייטע נושא, מיט אנטשולידגונג) תוקן על ידי - שיעור_עיון - 11/07/2006 18:50:42



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-11/7/2006 01:41 לינק ישיר 

פוןדאאוןדארט, איך בין געווארן פארנומען, און איך האף בקרוב איבערצוגיין דיינע הערות אחת אחת,
מעגליך אז דו ביסט גערעכט. איך האב בלויז געפרעגט.

מיט אנטשולדיגונג.

דעת_ותבונה איז ב"ה ציריק, א המשך איז ערווארטעט א יעדע מניט.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-6/6/2006 02:05 לינק ישיר 

נישט זיכער, איך האב עס נישט דא , אבער געב א קוק און סי' נ"ב




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-5/6/2006 22:30 לינק ישיר 

פון דא דארט, יישר כוח אביסל האסטו מיר גרינגער געמאכט, מ'שטיינס געזאגט זוכן אין 'אלע' ספרי החידא איז ווי זוכן א נאדל אין זאמד, אבער אויב קענסטו זיך דערמאנען בערך וואו ער שרייבט עס אין מחזיק ברכה, וועל איך דיר מחזיק ברכה זיין. יישר כוח.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-5/6/2006 04:58 לינק ישיר 

התאחדות, דיפלאמאט
איך מיין אז דאס איז אין מחזיק ברכה.




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-23/5/2006 17:01 לינק ישיר 

התאחדות,

איך דארף זיך יעצט דערמאנען אין וועלכע פון די פולע ספרי החיד"א איך האב עס געזען, און דערנאך עס אפירזוכן...

אבער וואס טוהט מען נישט פאר א גוטן פריינט? איך האף עס בקרוב צו האבן. (מיין אוצר הספרים {גוגל בלע"ז} האט מיר דערווייל גארנישט געהאלפן).



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-23/5/2006 16:07 לינק ישיר 

הרב התאחדות שליט"א,

ווי וואלט געווען ווען דער איד פרעגט א שאלה אויף א טשיקען, וואלט ווען אויך דער מורה הוראה געפרעגט איר דאווענט דא אמאל?




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-23/5/2006 08:31 לינק ישיר 

שכוייח התאחדות פאר דיין שיינע באשרייבונג, סי רייך.

אז דו רעדסט שוין פון מנהג, איז כדאי אין דעם אליין אביסל אריינצוגיין. דהיינו, וואס איז דאס
א 'מנהג'" אז ס'אל ווערן נחשב כמנהג אבותיו אדער כמנהג המדינה אז מען זאל נישט טארן משנה זיין ? למשל מיין טאטע זינגט מעוז צור מיט די באקאנטע ארץ-ישראל'דיגע-דריידל-ניגון, צי טאר איך נישט זינגער עפעס אנאנדערן ניגון ? צי אז ער זינגט נישט קה אכסוף מעג איך עס יא זינגען?

אויך איז דאס נוגע למעשה לגבי התרת נדרים אויב א מנהג הייסט א נדר.




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-23/5/2006 00:23 לינק ישיר 

WOW יישר כוח ידידי דיפלאמאט, איך וואלט זייער געדארפט האבן דעם חידא, די מראה מקום, איך האלט אינדערמיט מברר זיין דעם גאנצן נושא, איך וואלט הנאה געהאט אז דו ברענגסט מיר דעם מקור, יישר כוח



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-22/5/2006 23:53 לינק ישיר 

ידידי התאחדות,

בנוגע אז א אשכנזי זאל אננעמען א מנהג פון ספרד און דאס זעלבע פארקערט, שרייבט דער חיד"א אז צריך כפרה.




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-22/5/2006 21:04 לינק ישיר 

בנוגע שאלה 3 האב איך היינט ווען איך האב זיך אפגערייניגט אין שויער אינדערפרי, זיך דערמאנט א מעשה וואס איך האב מיגעהאלטן מיט איינע פון די גדולי פוסקי זמנינו, וואס א איד איז געקומען צו איהם אז ער האט פארגעסן צו מאכן אן עירוב תבשילין, און סיז שוין געווען יום טוב ביינאכט, און דער רב פרעגט איהם, איר דאווענט דא אמאל? זאגט ער ניין, און דער רב קלערט אריין, און ער פרעגט איהם, איר פרעגט אמאל ביי אונז א שאלה? זאגט ער יא אמאל אמאל, האט איהם דער רב געזאגט, אם כן קענט איר זיך פארלאזן אויף מיין עירוב תבשילין.

איך ווייס נישט צו דאס איז דער זעלבער נושא, אבער ביי עירוב תבשילין, אין א שטאט וואס איז דא פיל מורי הוראות און קהילות, האט אויסגעקוקט אז דער רב האלט, אז א מורה הוראה פון א מענטש הייסט אזא איינער וואס אדער דאווענט ער ביי איהם אין שוהל, אדער פרעגט ער איהם שאלות, איצט פארשטייט זיך אז דער שואל פלעגט נישט אלע זיינע שאלות פרעגן דעם דאזיגען רב, ווייל אז נישט וואלט ער איהם געקענט, -אפשר- נו אם כן האט ער נאך א מורה הוראה, איז לכאורה קען זיין אז סיז דא אזא זאך אז מ'דזשאסט זיך א מורה הוראה.

בכלל האט מיר איינער היינט אנגעפרעגט א שאלה צו ער מעג זיך שוין שערן די האר, און היות על פי הלכה, קען איך דאס נישט אסר'ן האב איך איהם געזאגט אז מצד המנהג זאל ער זיך נישט שערן, זאגט ער מיר דאס האט ער שוין געהערט פון אן אנדערע גרויסן מורה הוראה, נו האב איך געוואלט דאס אריינשטעלן אין דעם אשכול, ווייל לכאורה, צו וואס פאר א מנהג איז דער מענטש זיך מחויב צוצושטעלן, איז ווייל זיין טאטע האט אנגענומען א מנהג פון דעם און דעם רב, איז ער אויך מחויב דאס נאכצוטאהן? אדער קען ער זיך אליין אויסוועלן א מנהג פון די ספרדים אדער אשכנזים? ווער און וואס איז מחייב א איד צו נאכגיין א מנהג? איך וועל דאס מברר זיין אי"ה עד מקום שידי מגעת, און איך האף צוריק צו קומען מיט א פיינעל ענסער.

הכ"ד חד מן זעריא התאחדות



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-22/5/2006 16:32 לינק ישיר 

פוןדאאוןדארט, איך בין געווארן פארנומען, און איך האף בקרוב איבערצוגיין דיינע הערות אחת אחת, מעגליך אז דו ביסט גערעכט. איך האב בלויז געפרעגט. מיט אנטשולדיגונג.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-22/5/2006 01:54 לינק ישיר 

שקויעך פאר די ווארעמע ווערטער, זייער אינטערעסאנט.

צווישען אנדערע שרייבסטו
 אויב איז ער א ירא שמים, וועט ער נישט פסק'ענען א פסק אין א ענין וואס ער ווייסט נישט
דאס איז גראדע א פראקטישע טריק צי טשעקן די ירא שמים פון די מו"ץ, אויב ענפערט ער אויף למשל א חושן משפט שאלה, אדער נעמט א שטעלאנג אין הלכת עירובון וואס ער האט נישט גיט דארעך געלערענט (למשל ער טומעלט רגיל  אין ער ווייסט נישט וואס דאס מיינט, אדער פאנגט אן מאכן אן אינטערשייד פון מפולש ומכוון, אין נאך, אין ווארפט סתם זאמד אין די אויגן)



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > דת ואמונה > שיעור עיון > וויאזוי דארף מען זיך פירן?
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 לדף הבא סך הכל 2 דפים.

bholext