גערער רבי האט געקענסעלט זיין נסיעה קיין מאנטריאל זאגענדיג אז ער גייט אויף חוץ לארץ מרבה זיין קידוש השם אין אזוי וויא די פראטעסטירערס אין די דרשות (פין ר משה מנחם טירנויער) ברענגט חילול השם ע"כ וועט ער זיך נישט אפשטעלען אין מאנטריאל
וואס איז אייער מיינונג:
1)וועגען די שארפע דרשה פין ר משה מנחם וואס ער האט געהאלטען אקעגען גערער רבי אין רב שטיינעמאן
2)וואס איז אייער מיינונג וועגען די פראטעסטירערס
3) די פראטעסטירערס זענען BY THE WAY די בעסטע פריינד פין דעם היטלער פין אייראן!!! וואס וויל אימברענגען די פרייע וועלט אין אויך פריינט פין די חמאס מערדער!!!! אין זיי ווערען פינאנסיעל געשטיצט דורך חאמאס, דער צידרייטער עקסרעמיסט אין נטורא קרתה"ניק הירש פין א"י האט באקימען לעצטע יאר פין די פאלעסטינער !!130,000$
דער בעל ויואל משה בחייו ווי אזוי אויך דער בעל ברך משה וואלטען אזאנס קיינמאל נישט צוגעלאזט, ווי איז געהערט געווארען פראטעסטירען קעגען מנהיגים בישראל, ס'איז נאך געווען אזעלכע 'ציונים' אין 'מהרסים' (נישט אז איך האלט אזוי) אין די לעצטע פערציג יאר, קיינמאל איז נישט בייגפאלען קיינעם אז מ'דארף גיין קעגען זיי פראטעסטירען אין די גאסען.
דאס איז אזוי בשעתו די פרשה פון די שווארצע וואס זענען געגאנגען על דעת עצמם פראטעסטירען קעגען די אראבער, און יעדער ווייסט ווי זיי זענען אנגעקומען
נשלח ב-16/5/2006 18:48
איך בין מחולק מיט דיר אז מ'זעט בחוש די מימרא אזל גברא דמסתפינא מיניה. ווייל זיי האבען פון רביה"ק זי"ע אויך נישט מורא גיהאט ער האט געשריגען ורדו מכם מכם ובכם ביי די באקאנטע נשא תורה ווי ער האט געיאמערט אויף די איבער געטרבענע קנאות.
אפשר קען מיר איינער פון די גרויסע קנאים ווייזען ווען מען האט אמאהל פראטעסטירט קעגן הגאון ר' אהרן קאטלער ז"ל ער איז געווען דער וואס איז געגאנגען מהכא להתם אין פראקלאמירט און ערפינדען דעים אלאמען באקאנטען חוב קדוש אויף די בחירות אויף וואס רביה"ק זי"ע האט געבליטיגט און האט פראקלאמירט אז דער חוב קדוש איז יהרג ואל יעבור. איך רעד שוין נישט וואס רביה"ק זי"ע האט נישט פראטעסטירט קעגען איהם ווייל ביי זיי איז דאך רבינו סר מן הדרך נאר ווייזט מיר ווער ס'האט יא.
היעלה על הדעת פראטעסטירען קעגען א ראש הישיבה ?
וואס קומט נאך פון אזא סארט קנאות אשר לא שערום אבותינו
נשלח ב-17/5/2006 02:52
ווען ר לייטנער אין בעק אין דאמפ , אין טירנוערס,וואלטען געוועהן די פירערס פין כלל ישראל
וואלטען זיי וועהן געוועהן די טאליבאן נאר מיט חסידישע לבושים
>זיי וואלטען ווען געהאנגען אויף יעדער וויליעמסבורגער LAMP POST !!!! א יעדען ווער עס
גייט נישט אין זייער פינסטערע מין מערדערישע שיטות וויא קישען זיך מיט די גרעסטע רוצחים פין
כלל ישראל חאמאס אין די כומעניס פין איראן
די רבי האט די זעלבס געקרוינטע פארזארגערס פין כלל ישראל ,די מעשיגענע עקסטרעמיסטען כסדר
גערודפט עד חרמה
קנאות איז זייער א דעלעקאטע זאך אין די רבי דער בעל דבריי יואל זצל איז געווען די מנהיג אין
דער גרעסטער ערליכער קנאי וואס ואס האט געהאט די סיעתע דשמיא צי זאגען וואס יא אין וואס נישט
די גדוליי ישראל האבען ממנה געוועהן גדולים אז זיי זאלען זיין די מנהיגים פין די עדה החרדית
אין א"י אין מעזעט זייער וייטע קיק אז דיזע גדולים האבען מרבה געוועהן כבוד שמים בשעת זיי
זענען געוועהן די מנהיגים פין די עדה החרידית אין די רבי אין די אנדערע גדולים האבען זיך
נישט אימגעקיקט אויף די פארדרייטע עקסטרעמיסטען פין די נטירא קרתא"ניקעס
מיר וועלען אויפמישען אביסעל די זכרונות ביכער פין אמאל אין איר וועט אלעס פארשטיין:
הגהצ רב דזושינסקי זצל אבד פין עדה החרידית האט געהאלטען פאר די קריג מיט די אגודה אין דער
רבי דער בעל דבריי יואל זצל האט זיך פיל איינגעטאנעט מיט רב דזושינסקי אז אגודה איז אסור
אין אויך וויא באקאנט איז רב דזושינסקי געפארען פין א"י צי די כניסיה הגדולה אין שנת תרצ"ו
(מעדערציילט אז ווען מהאט געהאלטען דרשות ביי די כניסיה אז ייודען זאלען האבען דאס גאנצע א"י
וויא א מדינה אין נישט לאזען ציטיילין האט רב דזושינסקי פארלאזט די כניסיה)
פינדעסוועגען האבען די גדוליי ישראל באשלאסען אז רב דזושינסקי זאל אבד פין עדה החרדית אין
אין ער האט טאקע אויפגעטהון גדולות ונצירות פאר יהדות החרידית אין מיט קנאות געהויבען כבוד
שמים אין די שווערסטע צייטען פין כלל ישראל , ׁנאך די קריג האט זיך די ערה החרדית אפגעטיילט
פין אגודת ישראל
די זעלבע איז געוועהן ווען רבינו הקדוש בעל דבריי יואל זצל האט ממנה געוועהן הגהצ רב וויס זצל
צי זיין
דער מנהיג פין די עדה החרדית
רב וויס זצל איז געוועהן פין די גרעסטע גדולים בימיו , א גוואלדיגער וועלטס פוסק!
ער איז געוועהן די איידעם ביי די ווישניצער רבי דער אמריי חיים זצל........
אין וויא באקאנט איז ער געוועהן רב אין פארשידענע שילען ....
אין דער רבי דער גדול הדור בעל דבריי יאל זצל האט געזעהן אז רב וויס זצל דארף זיין דער
מנהיג פין עדה החרדית אין רב וויס זצל האט טאקע שטארק מצליח געוועהן אין זיין מנהיגות פין די
עדה החרדית,
אין אן ענדלעכע ביאגראפיא קען זאגען אויף די היינטיגע מנהיג פין עדה החרדות הגאון רב וויס
שליטא פין עדה החרדית
בקיצור רבינו שליטא אין די אנדערע גדוליי ישראל האבען זיך נישט אימגעקיקט אויף די צידרייטע קנאים
אין צרות אויסטיילערס פין כלל ישראל אנגעהויבען פין דאמף ,בעק, לייטנערס וכדומה
די רבי אין די אנדערע אמתדיקע ערליכע יודען אין ערליכע אמתדיקע קנאים האבען אלץ געהאט סיעתע
דשמיא אין מצליח געוועהן אויפציטהון גדולות ונצירות פאר כלל ישראל
אין זעט וואס האט זיך אויסגעלאזט פין די מעשיגענע קנאים!!!
מזעט אוף טאלעוישאן אין אין אלע צייטונגען די עקעלדיקע בילדער פין די מעשיגענע קנאים אין
פארשטעלטען חסידישע לבוש וויא זיי קישען זיך אין האלזען זיך מיט די גרעסטע וועלט רוצחים, אין
מזעט אויף די בילדער וויא אויף די טרייפענע שויס פין די פאלטשע קנאים זיצען די קינדער פין
חאמאס ,אין די רודפיי נפשות אין פאלטשע קנאים גלעטען מיט גרויס אהבה ! די קינדער פין די
רוצחים ר"ל
די גויישע וועלט האט אנגעהויבען לעצטענס צי שרייבען אין פרעגען וויא איז דאס מעגליך אז
ייודען אין חסידישע לבוש קישען זיך מיט די וועלט רוצחים!!
יא דאס איז די תוצאות פין זייער קידוש השם....אנשטאט איז עס א חילול השם וואס ברענגט א שנאת
ישראל שאין כמוה ר"ל (זיי לויפען נאך כסדר די טעלעוויזיא אין צייטונגען אז זיי זאלן די
מעשיגענע חברה באשרייבען בכדייי צי שטילען זייער קראנקע דארשט פאר PUBLICITY )
כלל ישראל זייט וואך אז די מעשיגענע צידרייטע קנאים זאלען זאלען נישט מאכען א חורבן אין כלל
ישראל!!!!
שומר ישראל שמור שארית ישראל......
נ"ב הצדיק מוה ר אלחנן וואסערמאן זצל איז אויך געוועהן ביי די כניסיה אבער ער האט ספעציעל
געוואלט אז מזאל עם באשרייבען נישט וויא א חבר אין די כניסיה נאר וויא אן "אבאכטער" אין ער
איז טאקע ארויס געקימען מיט גרויסע טענות ביי די כניסיה א קעגען די אגודה)
נשלח ב-17/5/2006 02:55
ביסט גערעכט VERBEENICH
די רבי דער בעל דכריי יאל האט מספיד געוועהן מוה ר אהרן קאטלער זצ"ל אין די רבי האט געזגט
אין הספד
"להגיד שבחו של אהרן שלא שינה" !!!!!!!!!!
נשלח ב-17/5/2006 03:34
פיינער יוד וויפיל ווערטער קענסטו טייפן אין איין מינוט? איך מיין דו דארפסט א נייעם קיבאורד
נשלח ב-17/5/2006 04:24
די צייט איז זייער קורץ אין טייער
מדארף מאכען אביסעל פאר פרנסה אויך
במילא בלייבט נישט קיין סאך צייט מדקדק צי זיין
לא דק.........
נשלח ב-18/5/2006 03:22
בהשקפה ראשונה. קיקט אויס אז מיר האבן "ביג טיים" פארלוירן פין די גאנצע ענין {אין הייד פארק זיכער} מיר זענענן אפגעסטעמפעלט געווארן אלץ ווילדע חיות, פראים וואס קענענן זיך נישט אויף פירען ווי מענטשען
דאס אז טייל האבן געשיקט איבער בעטען די גער'ע, האט אויך געוויזען אז "מיר" פארשטייען אז מיר זענענן אריבער די מאס
וואס איז אייער מיינוג איבער די גאנצע זאך? דארף מיר האבן כאטש עטוואס רעספעקט אפילו פאר יענע זייט אויך?? סוכ"ס זענענן זייך דאך נאך "אפציעל" מעמבערס אין די עדה {גער}, דארף נישט זיין "עפעס" א פארשטענדוג אז מען גייט נישט ארויס מוחה זיין?? וועט עס האבו א לאנג טערמיניגע עפעקט, ווי למשל אז די גער'ע וועלן אויך פארלאזן די עדה?? דער עמך איד פין די גער'ע- ליטווישער פארשטייט אונזער זייט בכלל??
נשלח ב-19/5/2006 17:19
בא ללמד:
עס איז זעלטען צו טרעפן א תגובה פון דיר וואס די בויסט נישט אויף דיינע אייגענע יסודות.
הרב שטיינמאן שליט"א האט קיינמאל נישט געלייקענט זיין שטיצע אינעם חוק טל - נאר פארקערט ער מיט גערע רבי האבען איניציאטירט די גאנצע וועדת טל.
דעם תוכנית הליבה צו מען מעג זיך בייגען דערצו צו נישט - האט ער אויך גאנץ א קלארע מיינונג אין דעם.
און דאס צו ער האט געברענגט א חורבן צו נישט איז אויך גאנץ קלאר.