בית פורומים כל העולם כולו

כ"ק רבינו הגה"ק שליט"א - שבת בה"ב

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-16/5/2006 22:31 לינק ישיר 
כ"ק רבינו הגה"ק שליט"א - שבת בה"ב

ווי גייט דער רבי זיין דעם שב"ק?
איך האב געהערט אז ער גייט זיין אינדערהיים די וואך אין ק"י
איז עס אמת




דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-17/5/2006 23:25 לינק ישיר 

עני קאנפירמעישאן ווי דער רבי גייט זיין שבת\שבועות
דער עולם וויל וויסן זיך צי ציגרייטן



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-17/5/2006 01:05 לינק ישיר 

דערסיגעטער, ס'איז אן אויסנאם פאר די חסידים, נישט פאר'ן רבי'ן.

דער רבי איז ביי אונז אלע הייליג און טייער. מען קען אים נישט מאכן פאר א פאליטישאן וואס פייט פאר וואוטס.

איך האלט אויך אז ער דארף וואוינען ווינטער אין וויליאמסבורג, אזוי ווי דעם טאטן, און זיין אלע שיינע שבתים און ימים טובים אין וויליאמסבורג, ווי דעם טאטן.

אבער איבערלאזן קרית יואל די איינע יום טוב און ביסל שבתים וואס מיר האבן יא געהאט אינאיינעם מיט'ן רבי'ן, דער ברך משה זי"ע, האט נישט קיין שום פשט. תוקן על ידי - faird - 17/05/2006 1:08:18



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-17/5/2006 01:03 לינק ישיר 

פערד דאס וואס די פארקויפסט וועגן פייפליין איז זאלי מעשה'ס ס'איז נישט אמת

און די פאקט איז אז די ווילימסבוירג קהל האט אסאך א שווערערע דשאב ווי די ק"י און ווען די ווייסט ווען ווי שווער זיי ארבעטן וואלסטו אנדערש גערדט און נאך א זאך יעדע זאך וואס קהל טוט ווערט דוירך גערדט מיט ביידע קהל'ס דאס וואס די זאגסט נישט איז זאלי מעשה'ס



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-17/5/2006 00:57 לינק ישיר 

דאס איר איז דער אויסנאם יאר, נעקסטע יאר קען מען זיין צוריק אין קרית יואל.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-17/5/2006 00:51 לינק ישיר 

וואס איך מיין צו זאגן איז אז די וויליאמסבורגער טוען א גוטע דזשאב. איך האלט וועלטן פון זיי, אבער אסאך מאל פאררעכענען זיי זיך.

למשל, ווען זיי זענען אויפגעקומען מיט די געוואלדיגע גוטע איידיע, פון אריינפירן די קעיס צו ריכטער ראזנוואסער, האבן זיי זיך נישט דורכגערעדט מיט די קרית יואל'ער פירער. ווי יעדער ווייסט היינט איז דער באשלוס אריינצופירן דעם קעיס צו ראזנוואסער געווען אייזן, אבער אין קרית יואל האט מען דעמאלץ געהאלטן אינמיטן א שווערן פייפליין קאמף, און דאס נישט אינפארמירן פון פאראויס פאר די קרית יואל'ער פירער וואס מען פלאנט צו טאן, האט געפירט צו א היבש-ביסל קאפוויי.

קרית יואל האט הארצן-גערן מקריב געווען דעם פייפליין לטובת די מערכה אין וויליאמסבורג, כאטש דאס וועט יעצט שאדן מאכן מיליאנען דאלארן פאר'ן ועד הקרי', וויבאלד מען דארף איבערמאכן דעם גאנצן פייפליין פלאן פונדאסניי, אבער דאס נישט מעלדן פאר זיי וואס מען וויל טאן, האט שיער געפירט צו אן ערנסטן קריזיס, וואס איז ב"ה פארמיטן געווארן.

איך האב נאר געזאגט איין ביישפיל, אבער עס איז דא אסאך ביישפילן.

יעצט לגבי שבועות: שבועות איז א קרית יואל'ער יום טוב. עס איז אלעמאל אזוי געווען, און מען דארף זיין א "פערד" צו טראכטן אז דער רבי שליט"א דארף זיין שבועות אין וויליאמסבורג, וואו ער פלעגט קיינמאל נישט זיין (חוץ אין אויסנאמס פעלער).

טראכטס איין רגע ווי א דרויסנדיגער, און זאגטס מיר אויב איך בין נישט גערעכט. תוקן על ידי - faird - 17/05/2006 0:54:02



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-17/5/2006 00:48 לינק ישיר 

נאך א פונקט דארף ארויסגעברעגט ווערן אז רבינו שליט"א פירט זיך ווי זיינע עלטערן
נישט זיך צו זעצן אויפן טאטענס\פעטערס פלאץ די ערשטע יאר נישט אין ביהמד און אויך נישט אונדערהיים רבינו זי"ע האט טאקע געוואוינט אין בפ"ק די ערשטע יאר
(נישט ווי איינער  ... וואס איז שוין פסח געזיצן אויפן טאטענס היסב בעט און יעצט האט ער פשוט געגנבעט דער הויז פאר זיך נאכן ווארטן דערויף שוין צען יאר און דו ווילסט ער זאל אויסהאלטן נאך א יאר...)

קען זיין אז נאכן יאר וועט די מצב זיין אנדערש
אבער מען דארף קודם הערן די דברות קודש ביים פתיחה און ישיבה ווי דער רבי זאגט אז ער וויל זיך נישט שיידן פון די ישיבה



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-17/5/2006 00:45 לינק ישיר 

די גאנצע דיסקאשון איז שוין געווען דא און די אשכול http://masoret.hevre.co.il/hydepark/topic.asp?topic_id=1910784



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-17/5/2006 00:34 לינק ישיר 

סיגוטער
ביסט 100 פראצענט אפשר גערעכט מיט וואס דו זאגסט
אבער נישט פון דעם רעדט מען דא
די פאקט איז (צו ער דארף יא צו נישט) אז ער וואוינט לעת עתה אין ק"י נאר ווייל זיין רצון און שטרעבן איז אזוי
אפילו ווען ער איז אויפגענומען געווארן פאר רב הצעיר האבן די ראשי הקהלה געוואלט ער זאל טאקע אריינמופן און שטאט אבער ער האט זייער נישט געוואלט און סאיז געבליבן אז  ער וועט נאר אריינפארן אהין אבער נישט זיך באזעצן דארט
יעצט ווען ער איז אויפגענומען געווארן פאר רבי וויל טאקע יעדער (כ'מיין די מעין קהל און ווילי) אז ער זאל דארט וואוינען אבער (לעת עתה) וויל ער נישט צוליב וואס קענסטו אים פרעגן
איין סיבה איז ווי איך פארשטיי ווייל ער וויל בלייבן אין ישיבה און ער וויל בלייבן מיט זיינע קינדער און ס'איז אים שווער זיך צו טוישן צו א שטאטישע ישבת כרכים קשה און רבינו הק' זצ"ל איז אבער יא געקומען פון שטאט און האט נישט געוואוינט און ק"י איז ער געבליבן און שטאט און פון דעם קען מען נישט קיין ראיה ברענגן

צוריק צום פאקט איז אז ער איז די לעצטע חודש (זייט ער איז רבי) רוב וואך געווען אינדערהיים אויף צאנז קטץ און געווען אין ישיבה אזוי ווי אמאל פארמיטאג און אהיים געוואקט מיט בחורים און צוריק צו נאכמיטאג (יעצט הער איך האט מען אים געבעטן אז למען הכבוד זאל ער גיין מיט א קאר און ער איז טאקע געגאנגען אביסל מיט א מגיד שעיר פון ישיבה אבער נאכדעם איז ער צוריק געגאנגען אז ער גייט יא צופיס ציט א קבוצה בחורים און די בחורים זענען זיך מחי'ה צו הערן סיפורי צדיקים און חידודים דורכן וועג)
בקיצור רוב וואך איז ער געווען אין צאנז קט. געגאנגען אין זיין פריוואטע מקוה בערך 8 אזייגער יעדן טאג אין קרית יואל (ווי באוואוסט נישט יעדער ווייסט דאס לאנט זיך דער רבי אן נאר בייטאג און נאר אויף גאר א קורצע וויילע יעדן צופרי נאך עלות אדער נאכן נץ אזוי ווי רבתינו הק' האבן געטוהן ער שלאפט זעלטען ביינאכט) און ער דאווענט אין ישיבה און קרית יואל

בקיצור איך זע נישט ער זאל וואוינען אין ווילי



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-17/5/2006 00:32 לינק ישיר 

דערסיגוטער

די שמעקסט פון עכט סיגוט



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-17/5/2006 00:29 לינק ישיר 

FAIRD

די מיינסט  אוודאי די ווילעדזש, נישט קהל.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-17/5/2006 00:22 לינק ישיר 

איך בין בכלל נישט אריין אין די דיסקאשען ווער ס'איז קלוגער אדער ווער ס'איז מער היציג. די האסט עס אויפגעברענגט, איך האב נאר געזאגט, אז וועט ס'מיינט אמת'דיג דעם רבי'ן (נישט משה גבאי סטייל) פארשטייט אז ער דארף זיין נאר אין וויליאמסוברג 24 שעה א טאג, זיבן טאג א וואך, 365 טאג א יאר, שבת, יו"ט, ימים, נוראים, יומא דפגרא'ס, חנוכה, פורים, ראש חודש, ל'ג בעומר פייער, וכו' וכו'.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-17/5/2006 00:15 לינק ישיר 

ווען איך זאל דארפן שטימען צווישן די קרית יואלער קליינע קעפ און די וויליאמסבורגער היץ קעפ, וואלט איך געשטימט פאר די קרית יואלער קליינע קעפ.

נישט אז איך וויל ח"ו קריטיקירן אונזערע חשוב'ע וויליאמסבורגער ראשי הקהלה, נאר דער פאקט איז אז אין קרית יואל איז דא מער א באזעסענער קהל, וואס זיי טראכטן בעסער דורך יעדע זאך פאר זיי טוען עפעס. די וויליאמסבורגער טוען קודם און דערנאך טראכטן זיי.




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-17/5/2006 00:09 לינק ישיר 

א קליינע אפשאצונג.
שור שנגח איז גערעכט, דער רבי וואוינט אין וומסב"ג (כ'ווייס נישט צו ער וואוינט אבער דארט דארף ער וואוינען) און ווער ס'האלט אנדערש, מיינט נאר זיך און זיין אייגן באקוועמליכקייט, ווייל ער וויל נישט גיין אין א מאראסטיגע טענט.
לשיטתי איז נישט קיין חילוק ווי מיר זענען אין וויליאמסבורג, צו אין א טענט צו אויף דער גאס צו אין מאראסט, אויב מיר מיינען דעם רבין'ס טובה, איז עס נאר אז ער זאל זיין אין וומסב"ג, וואוינען אין וומסב"ג, שלאפן אין וומסב"ג, עסן אין וומסב"ג, ארומלויפן אין וומסב"ג, ביז זאלי וועט אפפיצן פון דארט.
אויף דעם האבן די זאליס געהאפט די אלע יארן, דאס איז זייער גרעסטע געווינס, און אונזער גרעסטע פארלוסט.
ממלא מקומו פון כ"ק מרן אדמו"ר מסאטמאר זי"ע הכ"מ דארף וואוינען אין וומסב"ג.
דער בעל דברי יואל זי"ע, האט געקענט וואוינען אין קרית יואל און נאכאלץ זיין סאטמארער רבי ווייל ער איז דאך געווען די מייסד פון סאטמאר און דאס האט קיינער נישט געקענט צונעמען פון אים.
יעצט וואוינען רוב מנין ובנין פון סאטמאר אין דעם עיר ואם בישראל וומסב"ג, ווען דער רבי שליט"א איז אין וומסב"ג צעמאלט ער זאלי'ן אזוי שטארק אז זאלי ווייסט נישט ווי זיך אהינציטוהן.
נאר דאס קען אים אונטערברענגן איינמאל פאר אלעמאל.
פונעם ערשטאן טאג חוה"מ, נאך דעם וואס כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א איז געווארן רב הצעיר דורר זיין הייליגן פאטער דער בעל ברך משה זי"ע הכ"מ, איז מיין מיינוג געווען אז ער זאל זיך אריבערציען קיין וומס"ג. ווען ער טוט דאס ווען דאן וואלט זאלי שוין לאנג נישט געווען בתוכינו (אדער וואלט ער אוועקגעמופט קיין קווינס אדער צוריק קיין בארא פארק, ירושלים וכו'), דער רבי שליט"א האט נישט געוואלט צוליב כיבוד אב.




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-16/5/2006 23:53 לינק ישיר 

איך זע נאך נישט פארוואס זייערע קעפ זענען קלענער ווי די קעפ, פון די וואס האבן געשריבן 44 ראדני אן זיך דוירעך רעדן,
אדער געשריבן אז הושענא רבה אינדערפרי וועט זיין אין טענט.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-16/5/2006 23:47 לינק ישיר 

איך האב אויך געהערט אז אויף שבועות איז נאכנישט באשלאסן, נאר די קרית יואל'ער קליינער קעפ, האבן שנעל געהאנגן צעטליך מ'זאל נישט קענען צוריקציען.




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > כ"ק רבינו הגה"ק שליט"א - שבת בה"ב
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 לדף הבא סך הכל 2 דפים.

bholext