בית פורומים כל העולם כולו

כ"ק רבינו הגה"ק שליט"א - שבת בה"ב

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-17/5/2006 00:34 לינק ישיר 

סיגוטער
ביסט 100 פראצענט אפשר גערעכט מיט וואס דו זאגסט
אבער נישט פון דעם רעדט מען דא
די פאקט איז (צו ער דארף יא צו נישט) אז ער וואוינט לעת עתה אין ק"י נאר ווייל זיין רצון און שטרעבן איז אזוי
אפילו ווען ער איז אויפגענומען געווארן פאר רב הצעיר האבן די ראשי הקהלה געוואלט ער זאל טאקע אריינמופן און שטאט אבער ער האט זייער נישט געוואלט און סאיז געבליבן אז  ער וועט נאר אריינפארן אהין אבער נישט זיך באזעצן דארט
יעצט ווען ער איז אויפגענומען געווארן פאר רבי וויל טאקע יעדער (כ'מיין די מעין קהל און ווילי) אז ער זאל דארט וואוינען אבער (לעת עתה) וויל ער נישט צוליב וואס קענסטו אים פרעגן
איין סיבה איז ווי איך פארשטיי ווייל ער וויל בלייבן אין ישיבה און ער וויל בלייבן מיט זיינע קינדער און ס'איז אים שווער זיך צו טוישן צו א שטאטישע ישבת כרכים קשה און רבינו הק' זצ"ל איז אבער יא געקומען פון שטאט און האט נישט געוואוינט און ק"י איז ער געבליבן און שטאט און פון דעם קען מען נישט קיין ראיה ברענגן

צוריק צום פאקט איז אז ער איז די לעצטע חודש (זייט ער איז רבי) רוב וואך געווען אינדערהיים אויף צאנז קטץ און געווען אין ישיבה אזוי ווי אמאל פארמיטאג און אהיים געוואקט מיט בחורים און צוריק צו נאכמיטאג (יעצט הער איך האט מען אים געבעטן אז למען הכבוד זאל ער גיין מיט א קאר און ער איז טאקע געגאנגען אביסל מיט א מגיד שעיר פון ישיבה אבער נאכדעם איז ער צוריק געגאנגען אז ער גייט יא צופיס ציט א קבוצה בחורים און די בחורים זענען זיך מחי'ה צו הערן סיפורי צדיקים און חידודים דורכן וועג)
בקיצור רוב וואך איז ער געווען אין צאנז קט. געגאנגען אין זיין פריוואטע מקוה בערך 8 אזייגער יעדן טאג אין קרית יואל (ווי באוואוסט נישט יעדער ווייסט דאס לאנט זיך דער רבי אן נאר בייטאג און נאר אויף גאר א קורצע וויילע יעדן צופרי נאך עלות אדער נאכן נץ אזוי ווי רבתינו הק' האבן געטוהן ער שלאפט זעלטען ביינאכט) און ער דאווענט אין ישיבה און קרית יואל

בקיצור איך זע נישט ער זאל וואוינען אין ווילי



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-17/5/2006 00:45 לינק ישיר 

די גאנצע דיסקאשון איז שוין געווען דא און די אשכול http://masoret.hevre.co.il/hydepark/topic.asp?topic_id=1910784



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-17/5/2006 00:48 לינק ישיר 

נאך א פונקט דארף ארויסגעברעגט ווערן אז רבינו שליט"א פירט זיך ווי זיינע עלטערן
נישט זיך צו זעצן אויפן טאטענס\פעטערס פלאץ די ערשטע יאר נישט אין ביהמד און אויך נישט אונדערהיים רבינו זי"ע האט טאקע געוואוינט אין בפ"ק די ערשטע יאר
(נישט ווי איינער  ... וואס איז שוין פסח געזיצן אויפן טאטענס היסב בעט און יעצט האט ער פשוט געגנבעט דער הויז פאר זיך נאכן ווארטן דערויף שוין צען יאר און דו ווילסט ער זאל אויסהאלטן נאך א יאר...)

קען זיין אז נאכן יאר וועט די מצב זיין אנדערש
אבער מען דארף קודם הערן די דברות קודש ביים פתיחה און ישיבה ווי דער רבי זאגט אז ער וויל זיך נישט שיידן פון די ישיבה



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-17/5/2006 00:51 לינק ישיר 

וואס איך מיין צו זאגן איז אז די וויליאמסבורגער טוען א גוטע דזשאב. איך האלט וועלטן פון זיי, אבער אסאך מאל פאררעכענען זיי זיך.

למשל, ווען זיי זענען אויפגעקומען מיט די געוואלדיגע גוטע איידיע, פון אריינפירן די קעיס צו ריכטער ראזנוואסער, האבן זיי זיך נישט דורכגערעדט מיט די קרית יואל'ער פירער. ווי יעדער ווייסט היינט איז דער באשלוס אריינצופירן דעם קעיס צו ראזנוואסער געווען אייזן, אבער אין קרית יואל האט מען דעמאלץ געהאלטן אינמיטן א שווערן פייפליין קאמף, און דאס נישט אינפארמירן פון פאראויס פאר די קרית יואל'ער פירער וואס מען פלאנט צו טאן, האט געפירט צו א היבש-ביסל קאפוויי.

קרית יואל האט הארצן-גערן מקריב געווען דעם פייפליין לטובת די מערכה אין וויליאמסבורג, כאטש דאס וועט יעצט שאדן מאכן מיליאנען דאלארן פאר'ן ועד הקרי', וויבאלד מען דארף איבערמאכן דעם גאנצן פייפליין פלאן פונדאסניי, אבער דאס נישט מעלדן פאר זיי וואס מען וויל טאן, האט שיער געפירט צו אן ערנסטן קריזיס, וואס איז ב"ה פארמיטן געווארן.

איך האב נאר געזאגט איין ביישפיל, אבער עס איז דא אסאך ביישפילן.

יעצט לגבי שבועות: שבועות איז א קרית יואל'ער יום טוב. עס איז אלעמאל אזוי געווען, און מען דארף זיין א "פערד" צו טראכטן אז דער רבי שליט"א דארף זיין שבועות אין וויליאמסבורג, וואו ער פלעגט קיינמאל נישט זיין (חוץ אין אויסנאמס פעלער).

טראכטס איין רגע ווי א דרויסנדיגער, און זאגטס מיר אויב איך בין נישט גערעכט. תוקן על ידי - faird - 17/05/2006 0:54:02



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-17/5/2006 00:57 לינק ישיר 

דאס איר איז דער אויסנאם יאר, נעקסטע יאר קען מען זיין צוריק אין קרית יואל.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-17/5/2006 01:03 לינק ישיר 

פערד דאס וואס די פארקויפסט וועגן פייפליין איז זאלי מעשה'ס ס'איז נישט אמת

און די פאקט איז אז די ווילימסבוירג קהל האט אסאך א שווערערע דשאב ווי די ק"י און ווען די ווייסט ווען ווי שווער זיי ארבעטן וואלסטו אנדערש גערדט און נאך א זאך יעדע זאך וואס קהל טוט ווערט דוירך גערדט מיט ביידע קהל'ס דאס וואס די זאגסט נישט איז זאלי מעשה'ס



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-17/5/2006 01:05 לינק ישיר 

דערסיגעטער, ס'איז אן אויסנאם פאר די חסידים, נישט פאר'ן רבי'ן.

דער רבי איז ביי אונז אלע הייליג און טייער. מען קען אים נישט מאכן פאר א פאליטישאן וואס פייט פאר וואוטס.

איך האלט אויך אז ער דארף וואוינען ווינטער אין וויליאמסבורג, אזוי ווי דעם טאטן, און זיין אלע שיינע שבתים און ימים טובים אין וויליאמסבורג, ווי דעם טאטן.

אבער איבערלאזן קרית יואל די איינע יום טוב און ביסל שבתים וואס מיר האבן יא געהאט אינאיינעם מיט'ן רבי'ן, דער ברך משה זי"ע, האט נישט קיין שום פשט. תוקן על ידי - faird - 17/05/2006 1:08:18



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-17/5/2006 23:25 לינק ישיר 

עני קאנפירמעישאן ווי דער רבי גייט זיין שבת\שבועות
דער עולם וויל וויסן זיך צי ציגרייטן



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > כ"ק רבינו הגה"ק שליט"א - שבת בה"ב
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
לדף הקודם 1 2 סך הכל 2 דפים.

bholext
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.