בית פורומים כל העולם כולו

אל תלך בדרך אתם!

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-18/5/2006 00:45 לינק ישיר 
אל תלך בדרך אתם!

ווי יעדער זעט מסתמא האבן די שונאים פון כ"ק מרן רבינו הגאון הקדוש בעל ברך משה זי"ע אין די לעצטע טעג - אין א קלארן צייכן פון פארצווייפלונג - גאר שטארק פארשארפט זייער געמיינעם גרוילהאפטיגן קאמפיין אונטערצוברענגען קהלה קדושה סאטמאר, און האבן אנגעהויבן צו טעראריזירן מענטשן אויף אומגלויבליכע רשעות'דיגע און אכזריות'דיגע וועגן, האפנדיג דערמיט אז סאטמאר וועט זיך אונטערגעבן צום צד הטומאה וואס האט דערקלערט קריג אויף כל הקודש לנו.
דאס געמיינהייט האט דערגרייכט צו די ערגסטע שטופעס אין די לעצטע טעג ווען זיי האבן אנגעהויבן צו טעראריזירן מיט שוידערליכע אופנים יעדן עסקן פון קהלתינו הקדושה, דורך מאכן געמיינע נידערטרעכטיגע "פאָני קאלס" צו זייערע עלטערן/שווער-שוויגער, און צו די אומשולדיגע ווייבער און קינדער פון די עסקנים. עס איז פשוט א גרויל איבערצוהערן די טעיפס פון די רעקארדירטע טעלעפאן קאלס וואס אט די רשעים האבן געמאכט צו עטליכע אומשולדיגע ווייבער פון חשוב'ע עסקנים, וואו די געמיינע קווינס-קאלעדזש גראדואירטע רעדן מיט די ארגסטע נידעריגסטע ווערטער וואס פאסט נישט פאר גרועים שבאומות און קען נישט נאכגעשריבן ווערן דא ברבים.
כאטש עס איז א פלאטשיגער פערדישקייט מצדם צו טאן אזא זאך, ווייל די דאזיגע הארצלאזיגע רשעים האבן לכאורה אויך עלטערן/שווער-שוויגער, זיי האבן אויך (עפ"י רוב...) ווייבער און קינדער און זייערע טעלעפאן נומערן זענען געדרוקט אקוראט אינעם זעלבן טעלעפאן ביכל וואו די וועמען זיי טעראריזירן; דאך דארף אונזער ציבור, וואס איז ב"ה פארמירט פון פיל א העכערן און ערנסטערן סארט, זיך איינהאלטן מיט אלע כוחות און חלילה נישט נאכטאנצן זייערע געמיינע וועגן כאטש עס איז זייער זייער שווער זיך איינצוהאלטן.
אית דין ואית דיין! אזעלכע געמיינע פארשוינען וועלן בעזר השי"ת אפשניידן גענוי אזויווי עס האבן אפגעשניטן פריערדיגע פון זיי וואס זענען געגאנגען אויף זייער גרויליגן דרך. עס איז ליידער זייער לאנג די ליסטע פון געטראפענע פון זייער לאגער, בתוכם עשירים אדירים וד"ל וואס רייסן זיך היינט די האר פון קאפ אז זיי האבן זיך אריינגעמישט זייער קאפ אנצוזייען מחלוקת צווישן אידישע שטיבער און דאס דארף דינען ווי א לעקציע פאר די זעלבסט-האסעדיגע סיגעטער פערד אז דאס איז נישט דער וועג וויאזוי מען געווינט א מלחמה!
אלה ברכב ואלה בסוסים ואנחנו בשם ד' נזכיר!




דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-18/5/2006 01:13 לינק ישיר 

וואס ארט אייך אז זיי מאכן פאני קאלס, העכסענס וועט נפתלי שלעזינגער האבן אביסל היימישע קאמפאני מיט זיך,




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-18/5/2006 01:18 לינק ישיר 

נו, אויף אזא איש חשוב מאוד, א לב טוב, בעל חסד ווי ר' נפתלי שלעזינגער שליט"א, שרייבט מען נישט פלעין אזוי אן א ר'

בפרט די מצוה פון באגראבן די אהרונים מיט ארלעדיגן ביי פעשי און באראש פארדעם אליין קומט זיך אים א מורה מורינו

איך בין זיכער אז זיינע אלע זכותים וועלן אים ביישטיין



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-18/5/2006 02:42 לינק ישיר 

מנהל מעק אויס די לעצטע תגובה וד"ל
גענוג אויף לעבעדיגע מענטשען!!!




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-18/5/2006 03:05 לינק ישיר 

מנהלים איך מיין אז ברענגנייעס מיט פעשי'ס תגובה דארך אראפ גיין

מ'טאר נישט אויף די פורום שרייבן פרוואטע פראבלעמן פון מענטשן



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > אל תלך בדרך אתם!
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext