מנהלים טייערע, זייט חוסם די סיגעטער קינדער
טייערע מנהלים,
קודם כל א גרויסן ישר כח פאר'ן פארזיכערן אז דער ניווא פון פארום זאל געהאלטן ווערן הויך.
לעצטנס ווערט אונזער פארום אויסגעלויבט אין אנדערע נייטראלע פארומס פאר'ן נישט טאלערירן די אלע בעיבישקייטן וועלכע מען פלעגט זען אין חדשות אנש און וואס מען זעט יעצט אין די פארום פון ילדי סיגעט. די חברה אין יענעם פארום האלטן נישט אויס דעם שטארקן סוקסעס פון אונזער פארום.
אבער לעצטנס זענען די סיגעטער קינדער אויפגעקומען מיט א נייע טריק אראפצוברענגען אונזער פארום. זיי האבן אינפילטרירט דעם פארום און שטעלן זיך אראפ ווי סאטמארער, און אזוי רעדן זיי צוזאם שטותים נוראים, אלעס מיט'ן איינעם ציל אראפצוקלאפן דעם הויכן שטאנד פון אונזער פארום.
וויל איך דעריבער פארלאנגען פון ענק - איך בעט עס נישט, איך פארלאנג עס - אז די אלע סיגעטער קינדער זאלן זאפארט נחסם ווערן, חוץ אויב זיי סטאפן זיך משוגע צו מאכן און פאנגען אן זיך צו אידענטיפיצירן אפן מיט'ן סיגעטער.
איך וועל אנפאנגען מיט צוויי מענטשן וועלכע דארפן תיכף פליען:
זאליבאן אותו_חלומה
כדי צו פארזיכערן אז דער ניווא פון פארום גייט צוריק ווי אין די גוטע צייטן, שיקט זיי צו אלע גוטע רוחות.
 |
|
|