בית פורומים חדשות אנש אין בילדער

ארבעט פארמיטלונג אויפן וועב

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-18/5/2006 21:40 לינק ישיר 
ארבעט פארמיטלונג אויפן וועב

מיין ליבער חבר האט זיך עפעס פארפלאנטערט אין געשעפט, עס איז דא א מעגליכקייט אז ער וועט אין די נאנטע צוקונפט ברויכן זוכן א נייע ארבעטס פלאץ, בעט ער מיר אז איך זאל אים העלפן אויסגעפונען וואו מען קען אנהייבן זוכן שטעלעס אויפן אלגעמיינעם וועלט ברייטן געוועבעכץ המכונה "אינטערנעט".

ער איז נאכנישט זיכער אז ער וועט טאקע למעשה מוזן אויפגעבן דעם גוטן פאזיציע וואס ער פארמאגט יעצט, אבער די וועלט זאגט דאך "better be safe then sorry", וויל ער יעצט אנהייבן זוכן און נישטערן פאר א נייע אמט ערגעץ וואו, אבער ער וויל דווקא זוכן אויפן אינטערנעט, ער שעמט זיך דערווייל אנצורופן אויפן טעלעפאן די לאקאלע ארגאניזאציעס.

אלזא רבותי, ווער עס וויל האבן א יד אין העלפן א אידיש קינד, זאל ביטע צוצייגן עפעס וועבזייטלעך וואו מען קען פרובירן אנצוטרעפן א גוטן דזשאב, פארשטייט זיך אז די רעדע איז פון א ריכטיגע היימישע סביבה, א אידישע פלאץ.

אין נאמען פון מיין פריינט: יישר כחכם למפרע!



דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-24/5/2006 01:21 לינק ישיר 

אויב זוככט איר פרנסה האט איר יעצט א געלעגנהייט וואס איז בדוק  ומנוסה, פאר מער אינפארמעישן גייטס צו די לינק  http://hydepark.hevre.co.il/hydepark/topic.asp?topic_id=1848418 אדער קענט איר רופן 1800-242-0363 און אריין לייגן עקסטענשן נאמבער 5556 און לאזטס איבער אייער נאמען טעל. און בעסטע צייט אייך צו רופן, איר קענט איבער לאזן די מעסידזש דארט אויך און אידיש.

איין זאך דארף מען אייביג געדענקען "אבי מלעבט" http://hydepark.hevre.co.il/hydepark/forum.asp?forum_id=16296



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-23/5/2006 20:01 לינק ישיר 

אוודאי קען מען עס מאכן אן גילוי, די אדווערטייזמענט זאל זיין אין פאבליק, אין מען זאל צישטעלען א אימעיל אדרעססע ווי מען קען אריינשיקן אינפארמעישאן. עפשטיין נא? קריינא דאיגרתא איהו ליהוי פרוונקא, נעם דיך צי די ארבעט אין זיי א מזכה את הרבים! ווער ווייסט וויפיל אידן קענען אזוי געהאלפן ווערן.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-23/5/2006 19:59 לינק ישיר 

עפשטיין אויב וועסטו זיך נעמען זיכען ארבעט פאר אונזערע שרייבער דא , וועט פין אונזער פארום גארניט בלייבען   אין די וואס ארבעטען א גאנצע טאג וועלען אויפדערנאכט נאכען שווערען טאג ארבעט נישט האבען וואס צי ליינען.......אלזא............לאז געמאך




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-23/5/2006 19:41 לינק ישיר 

איך מיין עס וואלט געווען א גוטער רעיון צו מאכען אויף היידפארק אזא סארט ארבעט פארמיטלונג.

עס דרייען זיך דא אסאך חברה וואס וואלטען געקענט נוצען ארבייטער מיט געוויסע כשרונות, אין אויך פארקערט.

די שאלה איז צו מען קען עס אהערשטעלן אן גילוי.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > חדשות אנש אין בילדער > ארבעט פארמיטלונג אויפן וועב
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext