בית פורומים כל העולם כולו

שב"ק פ' בה"ב בצל בקודש

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-21/5/2006 17:15 לינק ישיר 
שב"ק פ' בה"ב בצל בקודש

עס שיינט אומגלויבליך, אבער פארט א פאקט!

איך האב געהאט די זכי' מיטצוהאלטן דעם פארגאנגענעם שב"ק בצילא דמהימנותא, און איך 'ען זאגן אז ס'האט אויסגעזען ממש פונקט ווי דעם ערשטן שבת "בלי שום גרעון כלל"! סיי פרייטאג צuנאכטס און אזוי אויך ביי שלש סעודות איז ממש די גאנצע ביהמ"ד געווען אנגעפילט עד קצה האחרון.

.details to follow



דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-21/5/2006 17:43 לינק ישיר 

פרטים...???



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-21/5/2006 18:00 לינק ישיר 

ס'איז געווען אויסטערליש א שיינער שבת ב"ה, ס'איז געווען ממש וואונדערליך אז דער עולם איז מיט גארנישט אפגעשטאנען ווי פאריגע וואך, בפרט ביים טיש וואס איז געווען אזוי שפעט.

די טיש איז געווען גרעסער אויסגעשטעלט, מיט מער פלאץ ווי פאריגע וואך, אבער ביי קידוש איז ווייטער געווען איבערגעפולט. ס'איז געווען אויסטערליש א ווארעמער טיש אזויווי נאר רבינו שליט"א קען אהערשטעלן.

ביי ש"ס איז ווייטער געווען אזויווי פאריגע וואך די גאנצע ביהמ"ד, און ס'איז געווען ווייטער איבערגעפאקט, א גרויסער עולם איז שוין געשטאנען אויף זייערע "מקום קבוע'ס"...

די זמירות איז געווען ממש מעין עולם הבא, מיט דעם נייעס סיסטעם וואס האט געברענגט א געוואלדיגן קאך און ווארעמקייט ביים הערן די הייליגע שטימע פון רבינו שליט"א נאך יעדן שטיקל. דער ה' מלך איז נישט צום באשרייבן.

די תורה איז ווייטער געווען א ווארעמע תורה, כאטש שוין נישט מיטן שובבי"ם נוסח, דער רבי האט ארויסגעברענגט אז דורך לימוד התורה קען יעדער איד צוקומען צו זוכה זיין "לשעבד בזה תאות ומחשבות לבינו" וואס איז באמת נאר געזאגט געווארן ביי די בני עלי'.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-21/5/2006 20:45 לינק ישיר 

בא ללמד

פין דיר גלייב איך עס נישט

עס איז געווען אנגעגרייט א גרעסערע פלאטץ פארן טיש ווי פאריגע וואך??
עס זענענן געווען די זעלבע מענטשן??

די ביסט דא אריינגעפאלן אין קהל_ייטב_לב פאטסקע
ווייל עס איז געווען אנגעגרייט א קלענערע טיש ווי די ערשטע וואך
קיינער האט נישט געטראכט אז עס גייט זיין א יעדע וואך די זעלבער עולם ווי די ערשטע וואך

עס איז נאך אלץ געווען א מעגא עולם, מער מענטשן ווי דער סיגעטור האט געהאט אין וומסב"ג די ערשטע שבת
אבער א קלענערער עולם וואס עס איז געווען די ערשטע שבת

טראכט עס איבער


ביי שלוש סעודות ביסטו יא גערעכט
תוקן על ידי - kj_village - 21/05/2006 20:52:25



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-21/5/2006 21:26 לינק ישיר 

ס'איז געווען ברייטער אויסגעשטעלט, אפילו ס'האט אביסל געפעלט אין די לענג. דאס האב איך געמיינט "גרעסער". למעשה איז געווען די זעלבע פלאץ ווי פאריגע וואך. קען טאקע זיין איך האב זיך נישט גוט אויסגעדרוקט.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-21/5/2006 21:58 לינק ישיר 

ווען איז מען פארטיג געווארן מיטן טיש ?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-22/5/2006 00:14 לינק ישיר 

ארום 2:30
אנגעהויבן בערך 12 אזייגער



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-22/5/2006 21:13 לינק ישיר 

בא ללמד!

די זמירות איז נישט קיין נייע סיסטעם אזוי האט זיך געפירט דער רבי ז"ל בעל דברי יואל! תוקן על ידי - אלעסאמת - 22/05/2006 21:19:55



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-22/5/2006 23:11 לינק ישיר 

און די זמירות פון פרייטאג-צו-נאכטס ,לויט וועמעס מנהג איז ?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > שב"ק פ' בה"ב בצל בקודש
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext