ס'ליגט נאך יעדן אין די ביינער די ווערטער וואס כ"ק רבינו שליט"א האט געזאגט ברוב עם דעם ל"ג בעומר לגבי דאס לערנען צוויי א האלב בלאט א וואך אין מסכת סוכה,
דא אין דעם אשכול וועט מען ארויפלייגען יעדן טאג דעם עמוד ווי מ'האלט,
אויך וועט מען זיך קענען אויסשמועסן א קשיא אדער א תירוץ פונעם עמוד פון יענע טאג.
מ'בעט ווער ס'ווייסט ווי מ'קען מיטהאלטען א שיעור אין די מסכת, אין סיי וועלעכע ביהמ"ד און סיי וועלעכע צייט און טאג זאל עס ביטע פאוסטען.
נשלח ב-16/8/2006 22:03
קען איינער אריינסקענען די לוח יסודי התורה?
נשלח ב-16/8/2006 22:02
דאס מיינט טאקע א שיחה תלמידי חכמים!
רבן גמליאל: א גוט יו"ט.... וואס זאגט עטץ עפעס צו טבי? ער איז א ת"ח! ער ווייסט אז עבד פטור מן הסוכה מילא לייגט ער זיך אונטער'ן בעט.
די גמרא פירט אויס צום סוף, אז שיחת חולין של תלמידי חכמים צריכים לימוד, ווי רש"י ערקלערט, אז רבי האט עס נאר געזאגט בדרך בדיחותא, אבער מען לערנט ארויס דערפון הלכתא רבוותא.
יעצט, עיין בתוספות אויף די משנה, געט תוספות דארט א ווארף אריין א פאר ווערטער, אז די זקנים האבן מוחה געווען אויף רבן גמליאל הלמאי זיין עבד שלאפט תחת המטה. לויט דעם, איז עס לכאורה נישט געווען קיין שיחת חולין, נאר מען האט געהאט אן ערנסטע קשיא אויף אים און ער האט זיך פארענטפערט. וצ"ע
נשלח ב-17/7/2006 22:54
נעכטן האט מען אנגעהויבען די צווייטע פרק "הישן"
נשלח ב-19/6/2006 17:56
הרב זענטער
ווען די כילה איז נישט קיין אוהל, איז עס ווי א ריזיגע העמד, אדער לאמיר זאגן א ריזיגע .... איך ווייס עס נישט ווי אזוי אן צו רופען, אקעי, טלית, אדער די אראבישע טראגע מיט וואס להבדיל אידן פלעגן אויך אמאל גיין.
ווען איינער איז אנגעטאן מיט א גרויסן נאכט העמד איז אים דער קערפער למעשה צוגעדעקט, נישט קיין חילוק וואו דער קאפ ליגט, און אפילו זאלסט זאגן אז דער קאפ ווערט נאכגעצויגען נאכן גוף, איז, ווי געזאגט, למעשה דער גוף מכוסה, נאר פונדעסטוועגן דארף מען זיך ארויסשטיפן דעם קאפ, ווייל אויב ס'איז אינעווייניג קען ער למעשה זיין לב רואה את הערוה
מה שאין כן ווען כילה איז א אוהל, און ווי רש"י איז מסביר אז דער קאפ ווערט נאכגעשלעפט נאכן גוף, איז ער נאקעט, און ער טאר נישט ליינען קריאת שמע
כן נראה לעניית דעתי, און ווי שטענדיג, זאג איך נישט קבלו דעתי, אדרבה אויב בין איך נישט גערעכט, לאמיר זיך מפלפל זיין כדרכה של תורה
תוקן על ידי - Mench - 19/06/2006 18:09:19
נשלח ב-19/6/2006 12:25
אז ס'איז נישטא קיין נייעס, לאמיר כאטש לערנען אביסעל מס' סוכה...
איך וואלט זייער דאנקבאר געווען אויב עימיצער קען מיר מסביר זיין די רש"י אויף דף י: ד"ה וקורא קריאת שמע. רש"י זאגט אז וויבאלד די כילה איז נישט קיין אוהל, איז עס פונקט ווי ער שטעקט ארויס זיין קאפ פון העמד און ס'איז נישטא דער פראבלעם פון ולא יראה בך ערות דבר.
אויב אין א בית אדער אין א כילה וואס איז הויך צעהן טפחים זאגט מען אז ווייל ס'איז א אוהל גייט דער קאפ נאכ'ן גוף און ס'העלפט נישט ארויסצושטעקן דעם קאפ, פארוואס זאל עס זיין אנדערש ווען ס'איז נישט קיין אוהל? ס'איז דאך אין זעלבן רשות?
נשלח ב-15/6/2006 17:10
זענטער, דאס הייסט ברצות ה' דרכי איש גם אויביו ישלים אתו
ווער האט געגלויבט אז טאקע נישט קיין אנדערער ווי דער זענטער וועט זיך אפלאזן פון ספארטס און אנהויבן לערנען מס' סוכה...
נשלח ב-15/6/2006 16:57
רש"י איז זייער קלאר מסביר: אינה נתרת אלא בצורת הפתח מיינט אז די טפח וואס מ'האט געהייסן לייגן ביי די דריטע וואנט מוז מען מאכן ווי א צורת הפתח, דאס הייסט א האלבע טפח אויף איין זייט (נעבן איינע פון די ווענט) און די אנדערע האלבע טפח אויף די אנדערע עק, און איבער זיי לייגט מען א קנה ווערט עס א צורת הפתח. (נישט ווי אייןסאטמאר האט געזאגט אז מ'דארף נישט די טפח).
און דאס וואס דו פרעגסט צו וואס מ'ברויך די הללמ"ס איז טאקע דאס אז א צורת הפתח מיט צוויי דינע קנים (אזוי ווי ביי עירובין) איז נישט גענוג ביי סוכה נאר מ'ברויך דוקא א האלבע טפח אויף יעדע זייט, און ווי תוס' (ד"ה ואינה נתרת) איז מסביר ווייל גבי סוכה החמירו דבעינן מחיצות הניכרות.
וצריכה נמי צורת הפתח מיינט אז מברויך סיי א (גאנצע) טפח נעבן איינע פון די צוויי ווענט, און אויך א קנה ביי די אנדערע עק וואס איבער זיי לייגט מען א קנה פאר א צורת הפתח. דאס הייסט אז דער חילוק צווישן ערשטן לשון מיט'ן דריטן לשון איז, אז לויט'ן ערשטן לשון ברויך מען נאר איין טפח צוטיילט אין האלב, און לויט'ן דריטן לשון ברויך מען איין גאנצע טפח אויף איין זייט און נאך א קנה (משהו) אויף די אנדערע זייט.
מקוה איד: רבינו שליט"א האט געזאגט מ'זאל זיך נישט צוטאן מאכן פון "מענטשן" וואס מאכן ליצנות... ולא יבוש מפני המלעיגים...
נשלח ב-8/6/2006 17:55
יישר כח ווער-בין-איך
כ'האב געמיסט דעי פוינט אז די ארון איז געווען אמה וחצי, (כ'האב געמיינט אז ס'שטייט אז ס'איז געווען 9 טפחים) און איך שוטה מיטשע מיך א האלבע שעה אויף די גמרא ווי א נער
נשלח ב-8/6/2006 17:11
ר' מאנראו
פשוט די ארון איז גיווען אמה וחצי קומתו 1 אמה = 5 טפחים 1/2 אמה = 2.5 טפחים 1 טפח כפורת
איך האלט ביי דף ה' ע"ב אונטן, איך פארשטיי נישט וואס די גמרא זאגט "אז לויט ר' יהודה וואס ער זאגט אז א אמה בבנין איז 6 און א אמה בכלים איז 5 , מאי איכא למימר?"
די גמרא איז מסביר "אז די ארון קומט אויס איז געווען תמניא ופלגא -אכט א האלב- די כרובים איז געווען חד סרי ופלגא - עלעף א האלב-"
איך פארשטיי נישט די חשבון, פארוואס קומט אויס אז די ארון מיט די כפורת איז געווען 8 א האלב?
נשלח ב-8/6/2006 14:43
איינער האט מיר געבעטען אין "פערזענליך" (אנטשולדיגט איך קען נישט רעדן די טמא'נע שפראך) ארויפצולייגן דא שיעורים אויפ מס' סוכה.
איך האב נישט קיין אנונג ווי מען טוס דאס און ווי מען נעמט דאס. אויב איינער קען טוהן אין דעם וועט עס זיין א געוואלדיגער זכות.
אבער איך פארשטיי נישט פארוואס דער נייער נומער פון שיעורי יסודי התורה ארבעט נאכנישט. צו וואס זאלן מיר ברויכן הערן דף-היומי שיעורים פון אומאויסגעהאלטענע מגידי שיעור? ווען מיר האבן ב"ה אויסגעצייכענטע היימישע גוטע בעלי הסבר. ווער עס קען שטופן די זאך זכותו גדול מאוד. איך קען א איד וואס ליגט שוין אין בעט עטליכע טעג און בעט זיך אז מען זאל עפעס צושטעלן אויפן טעלעפאן.
אויב איינער פארפאסט איין טאג א שיעור, קען אמאל פארגיין דער אפעטיט אז מען פארשטייט נישט געהעריג די ווייטערדיגע גמרא. אבער אז מען קען זיך צוריק כאפן דורך א שיעור אויפן טעלעפאן וואלט געווען אן אנדערע מעשה.
נשלח ב-8/6/2006 14:35
אגב, ביים ענדע שיעור איז מיר בייגעפאלען אויסצופרובירן דעם עולם, צו דער עולם האט טאקע קלאר ארויס די חשבונות.
איז אזוי ר' יוחנן וואס זאגט אז א רונדיגע סוכה דארף קענען אריינעמען 24 מענטשן האט די גמרא איינגעזעצט לויט רבי וואס האלט אז א שיעור סוכה איז ד' אמות על ד' אמות, אין די גמרא מאכט פארשידענע חשבונות וויאזוי מ'קומט אן צו 24. למעשה פסק'נט מען נישט ווי רבי, נאר א סוכה איז אויך כשר ביי ז' טפחים על ז' טפחים.
יעצט ווער קען אויסרעכענען וויפיל מענטשען ברויך מען קענען אריינזעצן אין א רונדיגע סוכה וואס איז כשר לויט ווי מיר פסק'נען אז ס'איז גענוג ז' טפחים על ז' טפחים?
צינדט אן דעם סטאפ-וואטש איידער איר הייבט אן רעכענען... מיר האט עס (ב"ה) גענומען אונטער א האלבע מינוט!
טעמו וראו כי טוב...
נשלח ב-8/6/2006 14:20
אונז האב מיר דאס אפגעלערנט זייער גרינג אין א האלבע שעה (פארטאגס פארשטייט זיך!) נישט מען דארף קענען רעכענען צו פארשטיין די גמרא, פונקט פארקערט! די גמרא לערנט אונז אויס וויאזוי אויסצורעכענען זאכן וואס מיר האב בכלל נישט פארשטאנען וויאזוי אויסצורעכענען!
אמת ווען מען האט אנגעהויבן דעם שיעור האט מיר אויסגעזען ווי איך מוז שוין לויפן צום קאמפיוטער ווייל איך וועל מיר נישט קיין עצה געבן, אבער נאך יעדן שטיקל זענען מיר ממש געשפרונגען וויאזוי חז"ל האבן אונז אזוי פשוט אויסגעלערנט חשבון!
אהיימקומענדיג נאכ'ן דאווענען איז מיר אויסגעקומען צו מאכן א פערזענליכער קאמפליצירטער חשבון, דער קאפ האט מיר ב"ה געארבעט אזוי קלאר אז אין סעקונדעס האב איך געהאט דעם פונטקליכען סך הכל. און דאס איז שוין נאך עטליכע נעכט וואס איך האב דאס דורכגעטראכט און געקומען צו אן אנדערן פאלשן חשבון.