בית פורומים חדשות אנש אין בילדער

ארטסקרול גמ' הויפט מעלה: הסכמות

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-22/5/2006 18:41 לינק ישיר 
ארטסקרול גמ' הויפט מעלה: הסכמות

די קנאת סופרים צווישן די ארויסגעבער פון גמ' מבוארת שטייגט ברוך ה' וואס אמאל מער און שטערקער. עס איז שוין דא אזא אויסוואהל אז מען ווערט פשוט צומישט פון וויסן וועלכע איז בעסער און געשמאקער.

ארסטקרול איז דאכט זיך דער פיאניר אין דעם מבצע פון ארויסגעבן שיינע גמרות מיט א הערליכן ביאור וואס יעדע שטיקל גמ' ווערט איבערגעארבעט דורך איר פולע סטעף לומדים וואס קנעלן דורך גמ' ומפרשים און געבן ארויס א געוואלדיגע ארבעט. עס דערקענט זיך אבער אז זיי הייבן אן שפירן דעם קאמפעטישאן ווען זייער לעצטער עד האבן זיי ארויסגעשטעלט זייער מעלה מיט וואס זיי זענען מער ווי אנדערע, נעמליך ווייל זייער ביאור איז באצירט מיט הסכמות פון גדולי ישראל...

מסתם איז דאס א מעלה אבער זייער חסרון אז זיי זענען די טייערסטע אויפן מארקעט איז א געוואלדיגער. אין דער צייט וואס זייער נייע פארקלענערטער ווערסיע קאסט צוויי און צוואנציג דאלער קען מען האבן 'מסיבתא' פאר א נישטיגע זיבן דאלער, און מיט פיל מער הוספות ווי זייער. יא, עס איז טאקע מיט א ווייעכער דעקל, אבער וועגן דעם דארף עס קאסטן דריי מאל אזויפיל?

עס איז מיר אלעמאל געווען שווער צו פארשטיין פארוואס זיי נעמען אזא ריזן פרייז. זייער תירוץ אז זיי דארפן אויפהאלטן א גרויסע סטעף איז נישט א גענוגנדן ענטפער, האבן זיי נישט קיין נדבנים דערפאר? און וואס איז מיט מסיבתא, ושננתם ועוד האבן זיי נישט קיין סטעף אויפצוהאלטן?

אז מען רעדט שוין פון די אלע גמרות, איז דא דא אין פורום ווער עס האט שטודירט די אלע און קען אויסרעכענען די מעלות איינע קעגן די אנדערע?




דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-31/5/2006 19:34 לינק ישיר 

איך האב נישט געזען די הסכמות אויף דעם ענגלישן איבערזעצונג פון ארטסקרול, אבער איך געדענק אז איינע פון די היתרים איז אויך געווען צוליב די פילע אידן וואס פארשטייען בלויז ענגליש.

נאך וועגן די חילוקים צווישן די ביאורים קוקט אהער.

-------------

איך האב די וואך געזען דעם נייעם 'ש"ס ווילנא', און אויבן אויף זעט עס אויס נאך אפשר בעסער ווי עוז והדר. כאטש איך ווייס נישט אויב זיי האבן אויך אריינגעלייגט א צוואנציג יאר ארבעט ווי די מו"ל פון עוז והדר טוען זיך אויף.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-31/5/2006 18:24 לינק ישיר 

עפשטיין, "אמאל איז געועון א גרויסע התנגדות דערצו", ביזט א דייקן. התנגדות איז געווען אמאל, אבער די סיבה צו די התנגדות איז נאך קאי וקיים, כאטש ווי די מתנגדים זענען נישטא.

קוק אין די הסכמות אויף די ענגלישע ארטסקראל, יעדער שרייבט אז דער היתר אויף ארטסקראל איז פשוט עת לעדות לד' ווייל עס האבן זיך געמערט גמרות מיט ענגלישע איבערזעצונגען וועלכע זענען נישט געמאכט געווארן דורך תלמידי חכמים דעריבער ויבאלד עס איז שוין דא מאכט מען א ריכטיגע פירוש כדי לדחוק רגלי הפירושים המסולפים.

דאס איז אבער נישט קיין היתר צו איבערזעצן דעם ירושלמי אויף ענגליש, אין צוגאב צום איסור פון איבערזעצן די תורה אויף פרעמדע שפראכן איז דא אן אנדער פראבלעם וועגן די אגדתות, דיינו מיט די איבערגעזעצטע אגדות פון בבלי, אויף וועלכע עס זענען געשריבן געווארן אסאך פירושים דורך גדולי הדורות קען מען זיך עפעס אן עצה געבן, אנדערש ווי די אין ירושלמי, און מען קען ווייט פארקריכן וד"ל.

און ווי געזאגט, הגאון הישיש הרב וואזנער שליט"א האט נישט געשריבן די הסכמה אויף דער איבערזעצונג.

***

איך שטיי און שטוין פון דעם נייעם מושג פון "קידוש השם" וואס עמיצער האט דא ערפונדן, יעדער מאכט זיך אייגענע חשבונות וואס איז חילול השם און וואס איז קידוש השם. מיט אזא שטייגער קידוש השם קען מען אונטערברענגען די גאנצע תורה, וואס דארף מען אויזעהן פאנאטיש כלפי די אלגעמיינע וועלט? מען קען זיין א פיינער איד ווען מען גלייכט זיך אינגאנצן צו די גאס, מעג איך דען צוברענגען אז דער גוי זאל אראפקוקן אויף מיר צוליב מיין אידישקייט?

לאמיר זעהן וויאזוי דער רמב"ם האט אפגעלערנט קידוש השם (סה"מ מ"ע ט'): והמצוה התשיעית היא, שצונו לקדש השם, והוא אמרו, ונקדשתי בתוך בני ישראל. וענין זאת המצוה, אשר אנחנו מצווים לפרסם האמונה הזאת האמתית בעולם, ושלא נפחד בהיזק שום מזיק. ואף על פי שבא עלינו מכריח גובר, יבקש ממנו לכפור בו יתעלה, לא נשמע ממנו, אבל נמסור עצמנו למיתה, ולא נתעהו לחשוב שכפרנו, ואף על פי שלבנו מאמין בו יתעלה. וזאת היא מצות קדוש השם המצווים בה בני ישראל בכללם, רוצה לומר, מסירת נפשנו למות ביד האונס על אהבתו יתברך ואמונת יחודו, כמו שעשו חנניה מישאל ועזריה בזמן נבוכדנצר הרשע, כשגזר להשתחות לצלם, והשתחוו כל העמים, וישראל בכלל, ולא היה שם מקדש שם שמים, והיתה בזה חרפה גדולה על ישראל שנעדרה המצוה הזאת מכלם, ולא היה שם מקיים אותה.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-31/5/2006 04:37 לינק ישיר 

אין די נייע באנד ירושלמי וואס ארטסקרול האט לעצטענס ארויסגעגעבן האבען זיי אריינגעלייגט א הסכמה פון הרב  וואזנער שליט"א (וואס אגב איז אינטערסאנט ווי ער שרייבט אז זעכציג יאר צוריק האט ער שוין פארגעלערנט ירושלמי פאר תלמידי חכמים דער באשעפער זאל אים געבן געזונטע לאנגע יארן ).
אז מען קוקט זעהט מען אז די הסכמה איז נישט אויף ארטסקרול נאר אויף עוז והדר. 



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-24/5/2006 22:28 לינק ישיר 

מיט נייע ש"ס ווילנא מיינסטו מיט א ביאור (דאס איז דער נושא דא) אדער אנדעם?

און וואס זענען די 'כל מיני מעלות' וואס דאס גייט פארמאגן?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-23/5/2006 19:37 לינק ישיר 

די הסכמות זענען אויפן עקרון פון איבערטייטשען דעם ש"ס, ווייל אמאל איז געועון א גרויסע התנגדות דערצו.

עס מיינט נישט אז זיי זענעןו בעסער ווי די אנדערע, הגם זי האבען יא שטארקע מעלות.

יעצט קומט ארויס א נייע ש"ס ווילנא איבערגעזעצט פון פריש מיט כל מיני מעלות.

אין די קאמפאטישאן וועט זיין גוט פאר אלע.




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > חדשות אנש אין בילדער > ארטסקרול גמ' הויפט מעלה: הסכמות
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext