|
|
| נשלח ב-23/5/2006 18:15 |
|
| |
מאנטריאל גייט אין קאורט. פראדעל פירט אויס.
נייעס פון היינט.
משה בן פראדעל פירט אויס
מאנטריאל גייט אין קאורט אן א היתר בית דין.
|
|
|
|
| נשלח ב-23/5/2006 18:18 |
|
| |
קראנט ???
|
|
|
|
| נשלח ב-23/5/2006 19:21 |
|
| |
איך ווייס נישט אויב מען האט שוין עפעס געטאן היינט, צי נישט.
אבער דאס זאל ענק זיין קלאר אז מיר וועלן נישט ענקערע בהמות, אז אפאר אויבער חכמים אין ניו יארק האבן אפגעמאכט אז מען קען מיט די מאנטריאלע שטעטלישע מענטשן טאן וואס מען וויל, וועט עטץ גאנץ שנעל איינזען אז עטץ האט געהאט א ביטערן טעות.
מיר וועלן נוצן אלע מיטלען צוריקצובאקומען די גניבה.
פארשטייט זיך אז מען וועט נישט טאן קיין שום זאך כנגד הלכה, אזוי ווי ר' שלמה יעקב שפיצער האט אנגעזאגט ביי די אסיפה אין מתיבתא, יעדע זאך וואס מען וועט טאן וועט זיין על פי תורה.
עס געפעלט מיר אבער די חוצפה וואס עטץ האט צו האבן בכלל טענות די גונבי מאנטריאל האבן מכלומר'שט געהאט טענות אז זיי האבן נישט גענוג מענטשן אין קהל, וואס האבן זיי געטאן? געשיקט א הזמנה? זיי זענען געגאנגען צו די רעגירונג איינגעגעבן פאלשע זאכן אז זיי זענען קהל, כדי צו קענען דורכפירן די גניבה, אבער מיר טארן נישט גיין זאגן אז ס'איז שקר???
ענקערע ליצנות טאקטיקן וועלן אונז בכלל נישט אפשרעקן, קענסט שרייבן בן פראדל, און קענסט מסביר זיין אז דו ביזסט זייער פארנומען ביז שבועות מיט די פטירה פון רבינו בעל ברך משה.... מיר וועלן נוצן אלע מיטלען וואס מען קען און מעג צוריקצובאקומען די גניבה!
גונבי מאנטריאל עטץ קענסט נאך אלעס פארשפארן. זייט נישט עובר אויף לא תגזול און לא תחמוד, פאלגט דעם רבי'ן און גיט צוריק די גניבה!
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-23/5/2006 19:30 |
|
| |
זשוליאני טייערער!
אז בן פראדל האט געדינגען יצחק ראזנבערג מיט מנחם ליבערמאן זאלן ארבעטן פאר אים, זיכער פירט ער אויס.
אז דער רבי קען הייסן צוריקגעבן די גניבה און זיין ווארט איז נישט קיין ווארט, יצחק ראזנבערג איז "פארנומען מיט די פטירה פון רבין זי"ע" - מען רעכנט זיך נישט מיט זיין מיינונג, זיכער פירט בן פראדל אויס!
אז דער רבי איז מגלה דעת וואס זיין מיינונג איז איבער מאנטריאל. "אז יעדער זאל לעבן בשלום ובאחדות אין איין ביהמ"ד, און מען זאל זיך נישט קריגן". און בא ללמד איז מסביר אז מען דארף זיך יא קריגן ווייל ס'איז עניוועיס מחלוקת און ס'איז שוין ממילא צוטיילט זיכער פירט בן פראדל אויס!
בן פראדל קען זיצן אויפן קאוטש מיט א קאווע אין די האנט, נישט לייגן א פינגער און קאלט וואסער, און ער פירט אויס!
|
|
|
|
| נשלח ב-23/5/2006 19:43 |
|
| |
נו ווער זענען טאקע די מענטשען וואס טוהן דאס.... ? בני יואל .....? יא.... אין וואס קען מען טוהן ....? מאנטריאל : די מאכסט מיך לאכען יעדע מאל איך זעה וואס די שרייבסט אין שול זאגט מען די ביסט א סאטמארער די שפילסט זאלי אין די מאכט די נעמסט ארויס די סיגוטע פין די כלים , קענסט צוריקגיין ארבעטן בארואיג דיך .......... פין אזויפיל שרייבן אין האקן אין דיין קעפעלע אז מען האט דיר באגנבעט מעגסטו שוין אנפאנגען פארשטיין וואס מען האט געטוהן מיט אונז סאטמארע חסידים אין וויליאמסבורג/ירושלים אין געוואלט עס טוהן אין בני ברק מאנטשעסטער בארא פארק לעיקוואד לאנדאן .........
קאנאדא : אויב האסטו אזוי ליעב אחדות פין די לעצטע 7 יאר אין מאנטריאל דאן פרעג משה פריעדמאן וואס איז געווען שלעכט די ערשטע 5 יאר פין די פאלטיק וואס דער ברך משה זי"ע אין דער היינטיגער סאטמארע רבי שליט"א אין די סיגוטער אין די זענטער אין די מאנסיער רביס האבן געטאנצען הקפות אין ראדני אין מכוח דעם "אחדות ליבשאפט" האט מען פארשפארט א 90 יעריגע טאטע א רבן של ישראל אין די גרעסטע טאג שמחת תורה אין זיך גענומען טאנצען אין אנגעמאכט א חילול ה' איום ונורא
פארזענטליכע בקשה צי די ראשי הקהלה האלט די הקפות פין 2 יאר צוריק פאר די אויגן עס איז גארנישט שלעכט געווען פארדעם זיי שטעלן אן די פאלטשע טרערן אין אויב מיר וועלן אפי' קוקן דעראויף וועלן מיר האבן עכטע , מיר דארפן פייטן מיט ציין אין נעגל פאר די קהלה אין מאנטריאל !!!
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-23/5/2006 19:51 |
|
| |
משה בן פראדעל וועט נישט אויספירן.
ער האט ב"ה נישט אויסגעפירט ביז היינט און וועט אי"ה ווייטער נישט אויספירן.
אויב וועט זיין וואלען הרי טוב ואם לאו, בלייבט אלעס ביים אלטען
צי משה בן פראדעל וויל יא אדער נישט. צי פאוזען וויל יא אדער נישט.
|
|
|
|
| נשלח ב-24/5/2006 19:39 |
|
| |
ברעיקינג ניוס
דער דיין משה מנחם טירנויער האט ארויסגעגעבן א היתר צו גיין אין קאורט.
דער היתר האט משה מנחם אליינס אינטערגשעריבן אויף דעם פארלאנג פון מרדכי קאהן און די אנדערע יוגאטשעס יושע העשיל פרידמאן און ראטבארד
|
|
|
|
| נשלח ב-25/5/2006 00:42 |
|
| |
כ'האב נעכטן געהערט, אז די זאליס האבן באקימען א היתר צי גיין אין קארט פין א שטארק ארויפגעקיקטע אומפארטיישיע בי"ד פין מאנסי!!
קען דאס איינער באשטעטיגען??????
|
|
|
|
|
 |
|
|
|
|
| מנהל לחץ כאן לשחרור האשכול
|
|
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.
|