בית פורומים כל העולם כולו

מסיבת שלושים פון רבינו זצ"ל הכ"מ

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-23/5/2006 19:35 לינק ישיר 
מסיבת שלושים פון רבינו זצ"ל הכ"מ

דא זאל מען שרייבן אלע נייעס וועגן די שלושים


רבינו שליט"א וועט היינט נאכט זיך משתתף זיין ביי מסיבת של מצוה וואס זיין ברידער הרב שלום אליעזר שליט"א מאכט לטובת כולל עצי חיים און ב"ב און שטוב פון זיין שוואגער הרב בעריש מייזליש שליט"א
5218
14th Av.



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-26/5/2006 21:21 לינק ישיר 

אין לאנדאן איז געווען א שיינע סעודה, מיט הונדערטער באטייליגטע, הרה"ג ר' יחזקאל אינזליכט שליט"א מו"ץ דקהלתינו הק' האט אויפגעטרעטן מיט א פייערדיגע דרשה, וואו נאך א שטארקן הספד אויף רביה"ק זי"ע, האט ער ארויסגעברענגט די געוואלדיגע גדלות פון רבי'ן זאל זיין געזונט, און וויפיל מיר דארפן זיין מקושר און אדוק צו דעם גדול הדור. דערנאך האט גערעדט הגאון האדיר דער קרית יואלער דיין שליט"א, וועלכער איז געקומען וועגן די ישיבה, און ער האט אויך זייער שטארק ארומגערעדט וועגן רביה"ק זי"ע ובנו הגדול ומ"מ דער רבי זאל זיין געזונט. דערנאך האט מען געבעטן הגאון הצדיק ר' חיים וואזנער שליט"א, רב דקיט"ל בלאנדאן, אז ער זאל רעדן. צוערשט האט ער נישט געוואלט, למעשה האט מען אים שטארק געמוטשעט האט ער מסכים געווען, און ער האט געזאגט אז ער האט נישט געוואלט רעדן ווייל ער האט נישט געוואלט אפקילן דעם פייערדיגן רושם פון די פריערדיגע דרשות וועגן רבינו שליט"א, דורך זיין דרשה וואס וועט דאך נישט זיין אזוי שטארק ווי די אנדערע, כמובן. דערנאך האט ער אויך זייער שטארק ארומגערעדט פון כ"ק רבינו שליט"א, ובפרט וועגן דעם נייעם סדר פון לימוד מס' סוכה וואס רבינו שליט"א האט איינגעפירט אז די גאנצע קהילה זאל לערנען אינאיינעם. באזונדער האט ער שטארק משבח געווען דעם הייליגן מכתב קודש פון רבי'ן זאל זיין געזונט, איבער אונזער חוב אין די יעצטיגע טעג, און אויסגערימט די עסקנים וועלכע גייען ארום אין ביהמ"ד אכט געבן אז מ'זאל נישט פירן קיין ויכוחים אין די ענינים. אויך האט ער גערעדט בשבח פון די הייליגע ישיבה און די געוואלדיגע כוחות וואס דער רבי זאל זיין געזונט לייגט אריין דערין און די וויכטיגקייט פון שטיצן די ישיבה. ער האט אויסגעפירט די דרשה אז דער רבש"ע זאל העלפן אז מיר זאלן בקרוב מקבל זיין פני משיח צדקינו, מיט כ"ק רבינו שליט"א בראשינו, בב"א. תוקן על ידי - געגאנגען - 26/05/2006 21:27:24



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-26/5/2006 18:18 לינק ישיר 

אין אנטווערפן זענען צאמגעקומען באלד 80 אידן ביי די שלשים סעודה. זיי האבן נישט געגלייבט די אייגענע אויגן, די גאנצע קהילה איז ארום 110 מענטשן (לכאורה די קלענסטע סאטמארע קהילה, נאך אוסטראליע...), און אזא ריזיגער ציבור איז געקומען צו אונזער מסיבה. זיי זאגן אז ס'איז דא שטארקע האפענונגען אז דארט זאל ווערן סדר.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-25/5/2006 23:12 לינק ישיר 

איך האב געהערט פון איינעם א גיט ווארט וואס איז געווען ביי די שלשים סעודה אין ראדני.

דארט האט מען בחוש געזען דעם "גדולים צדיקים במיתתן יותר מבחייהן", ווייל 80% פראצענט פון די וואס זענן דארט געווען האבן נישט געוואלט שטיין אינטער איין דאך מיט'ן ב"מ ז"ל, אבער לאחר פטירתו קימען זיי צו זיין יארצייט סעודה.

דפח"ח



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-25/5/2006 20:59 לינק ישיר 

סיום דברי רבינו שליט"א ביי די סעודת השלשים און קרית יואל

קענט איר דא הערן

מען בעט ווער עס קען עס זאל עס אראפשרייבן



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-25/5/2006 14:03 לינק ישיר 

אויף די מערערע אנפראגעס אין אישית:

דער נומער פון "קול חוצב להבות אש" איז 212-990-6378.

די פייערדיגע דברות קודש וועט מען קענען הערן אויף אפטיילונג #3.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-25/5/2006 07:17 לינק ישיר 

אויסטערלישע התרגשות ביי דרשה פון רבינו שליט"א.

דער רבי האט זייער געוויינט אז ער קען זיך נישט מנחם זיין, ער האט ארויסגעברענגט די געוואלדיגע אהבה וואס איז געווען צווישן זיי, און געקלאגט אויף די זיבן יאר וואס ער איז נתרחק געווארן פון זיין הייליגן טאטן.

ער האט געזאגט אז יעצט ווען דער רבי זי"ע איז שוין אין הימל קען שוין קיינער נישט שטערן, און יעצט ווערט צוריק נתחדש - ברוחניות - דער קשר, אזויווי עס איז געווען בימי קדם.

ס'איז כדאי אליין צו הערן די התרגשות'דיגע ווערטער אויף קול חוצב להבות אש.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-25/5/2006 04:52 לינק ישיר 

הרב ביק שליט"א רעדט יעצט און קרית יואל



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-24/5/2006 21:13 לינק ישיר 

מצורף קובץ

רבינו שליט''א ביים ציון



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-24/5/2006 20:05 לינק ישיר 

רבותי
ביטע פיקטשורס פון נעכטען אין הופפער
מען וועט אייך דאנקבאר זיין

א ישר כח פון פאראויס ווילי בוי אלעס אמת דזשואבוי



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-24/5/2006 17:06 לינק ישיר 

איז שוין די רבי ביים ציון ?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-23/5/2006 19:56 לינק ישיר 

אין דער איד איז געשטאנען אז די שלשים איז דאנערשטאג, אבער ווען זיי האבן געזען אין בלאט (וואס זיי לייענען נישט) אז עס איז מיטוואך, האבן זיי לחרפתם געמוזט אויסריפן שבת אז עס איז א טעות און די שלשים איז מיטוואך.

זעט אויס אז זיי "ווייסן נישט קיין חילוק פון דינסטאג צו מיטוואך"



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-23/5/2006 19:43 לינק ישיר 

מארגן צופרי וועט רבינו שליט"א דאווענן און ישיבה בשעה 8:30 און דערנאך וועט ער ארויף גיין צום ציון

און ביינאכט וועט פארקומען די צענטראלער שלושים סעודה און ביהמ"ד הג' און קרית יואל בשעה 7:30



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-23/5/2006 19:39 לינק ישיר 

בבית מדרשינו המפואר 13 הופפער סט. וועט אויך פארקומען היינט נאכט א מסיבת שלושים ברשות אב"ד אנטווערפן שליט"א

תיכף נאך מעריב



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > מסיבת שלושים פון רבינו זצ"ל הכ"מ
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext