הגה"צ ר' נפתלי הירצקא צוויבל האט א בריוו פון רביה"ק זי"ע הכ"מ אז ווער עס וויל מעג איבערדרוקן זיינע ספרים (דער רבי האט עס אים געגעבן טאקע דאן ווען ער האט אים געמאכט פאר א שליח איבערצוגעבן צוואתו הק' פון "הוא ולא אחר"). דער רבי האט אים געזאגט "ליפא איז דאך אן איידעם ביי יוסל, וועט ער דאך אודאי וועלן מאכן געלט. זאלסט זען עס זאל זיין צו באקומען פאר ביליג". און טאקע לקיים צוואתו הק' האט ער עס איבערגעדרוקט שוין אויף די שלשים, דאס ברענגען פון אר"י אליין קאסט אים $10 א סעט ! און ער מאכט כמעט נישט קיין ריוח, אבי עס זאל זיין ביליג.
|