| נשלח ב-24/5/2006 05:56 |
|
| |
ווער וועט געווינען די אפעלט קארט???
יעדער דא אויפן פארק וועט געבעטן צו זאגן זיין מיינונג, וואס ער האלט, איך האלט אז די זאליס וועלן געווינען, און סאטמאר דארף האבן א נס צו געווינען, און מ'דארף זאגן אסאך תהילים מ'זאל געווינען, איינס פון די זאכן וואס מאכט מיר טראכטן אזוי, איז ווייל ווי יעדער זעהט די לעצטע פאר טאג, האבן די זאליס אנגעהויבן אריין לייגן שווערע געלטער, און די נייע ביהמ"ד אויף ראסס סט. האלט איך אז די זאלי קעפ ווייסן שוין אז די פסק וועט זיין לטובת זיי, און וועגן דעם לייגן זיי אריין די געלט, ווייל אויב וואלטן זיי געהאט די מינדערסטע טשענס נישט צו געווינען, וואלטן זיי נישט געספענט אזויפיל געלט. וואס זאגט איר??????? יענקעלע11 ווערט עקסטער געבעטן צו זאגן א מיינונג איך האב ליב צו ליינען ווען די שרייבסט דא
|
|
|
|
| נשלח ב-26/5/2006 20:41 |
|
| |
פאטאקי: אבידה מצאתי
נעקסט טיים פארבלאנדשע דיך נישט
|
|
|
|
| נשלח ב-26/5/2006 20:36 |
|
| |
מען דארף בעסער וואטשען נישט צו דעבאטירן די זעלבע אישו און צען אשכולות
תוקן על ידי - פאטאקי08 - 26/05/2006 20:55:25
|
|
|
|
| נשלח ב-26/5/2006 18:40 |
|
| |
ס'איז דא א מציאות אז ס'זאל צוריק אראפגיין צו לאוער קאורט?
|
|
|
|
| נשלח ב-26/5/2006 18:35 |
|
| |
לויט מיין אנאליז איז עס קלאר אז עס איז אומקלאר*:namespace prefix = o ns = "urn:schemas-microsoft-com:office:office" />
אויב גיבן זיי עס נאך קען עס מיינען איינס פון צוויי
אויב גיבן זיי עס נישט נאך קען עס מיינען איינס פון צוויי
אויב גיבן זיי עס יא נאך,
קען עס מיינען אז מיר גייען געווינען,
דעריבער געבן זיי אונז שוין איין בנין, ווייל פארוואס פייניגן די געווינער אומזינסט, עס קען אבער אויך זיין, אז אונזערע טענות וואס זענען אקוראט די טענות פון די זאליס, אז צייטווייליג איז אויך זייער א גרויסע אישו, אזוי אויך די רעליגיע אישו, די טענה פון פוירסט אמענדמענט, די זענען די זעלבע טענות, און ממילא מוזן זיי זיך האלטן צו יושר, אויב זענען די טענות גענוג שטארק צו גיבן א סטעי, דארפן די זעלבע טענות זיי גענוג שטארק צו גיבן א צייטווייליגע בנין
עס קען אויך מיינען אז מיר גייען פארלירן
און פארלירן מיינט, אז זיי וועלן זיך ארויסדרייען פון א געהעריגע פסק, זיי וועלן מאכן א טיפע בלאטע, וואס קען פארשלעפן די זאך אויף ווער ווייסט ווילאנג, דעריבער וועלן זיי אונז געבן א דאך איבערן קאפ, אזוי קענען זיי גרינגער מאכן פאר זיי, די פסק וואס וועט נישט זיין קיין פסק, נאר זיך ארויסדרייען
אויב גיבן זיי עס נישט נאך
קען עס מיינען אז מיר גייען געווינען
און זיי ווילן האלטן דעם עולם געשפאנט, אבער מער פון דעם, זיי ווילן ארויסגעבן א קלארע שארפע פסק, און דעריבער מעגן די אהרונים ווארטן נאך א פאר טאג, פאר א גאנצן זיג
עס קען מיינען אז מיר גייען פארלירן
און ווידער פשט אז זיי ווילן עס צוריק אראפשיקן אדער נישט געבן קיין געהעריגע פסק, נאר א פסק וואס יעדער זאל מישן, וואס דער מוחזק וועט בלייבן מוחזק און דעריבער ווילן זיי נישט אז די אהרונים זאל ווערן מוחזק אין דעם נייעם בנין
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-26/5/2006 18:35 |
|
| |
קען זיין אז דו ביסט גערעכט, איך דארף דאס מברר זיין.
|
|
|
|
| נשלח ב-26/5/2006 18:32 |
|
| |
איך מיין אז די צען מיליאן דאלער באנד וואס אונז האמיר געבעטן איז נאר אז זיי זאלן "דערווייל"
נישט עובר זיין אויפן סטעי, ווי ארויסווארפן מענטשן פון ראדני אד"ג. נישט אויף צו נעמען פון
דארט געלט פאר אונזערע הוצאות.
|
|
|
|
| נשלח ב-26/5/2006 18:21 |
|
| |
טשיקן,
אויבן אויף איז די סברה פארקערט, אויב באקומען מיר איין שוהל, איז א סימן אז מיר גייען געווינען, און על כן טוהן זיי אנערקענען אונזער בארעכטיגטע טענה, מיר זענען דאך די "גערעכטע" און דא דרייען מיר זיך ארום אן א דאך אויפן קאפ, ס'קאסט נאר אסאך געלט פאר פראוויזארישער טענטס, ווידער אויב ווייסן זיי אז מיר גייען במילא פארלירן, דאן קומט דאך אונז גארנישט, און זיי וועלן דאס אפווארפן,
בכלל איז דא א גרויסע אישוי די צווייטע פארלאנג פון א באנד פאר 10 מיליון דאלאר, וואס דאס איז דאך א נארמאלע בארעכטיגטע טענה, און ס'איז א פלא אז מען האט דאס נישט תיכף פארלאנגט, און פון דעם קען מען ענדערשט לערנען פשט צו מיר גייען געווינען צו פארלירן, אויב גייען מיר געווינען, איז די טייטש אז יאנקל כהנא מיט שאול פערלשטיין האבן גענונצט אונזער פארמעגן, בו בזמן ווען מיר האבן זיך געמוטשעט און אויסגעגעבן שווערע געלטער צו עקזעסטירן, נו, פון וועם גייען מיר צוריק מאנען די געלטער, און דאס איז געווענטלעך דער פשט פון א באנד, וואס מען טיילט צו פאר דעם צד וואס נוצט די נכסים וואס איז מוטל בספק, ער זאל איינלייגן א באנד אז אויב פארלירט ער זאל דער צד השני האבן פון ווי צו קאלעקטן, און דאס איז לכאורה יא א קלארער סימן צו מען גייט געווינען אדער פארלירן, ווייל אויב ווארפן זיי דאס אפ איז לכאורה א סימן אז מיר גייען פארלירן, און די גאנצע טענה איז נישט רעלעווענט.
מיין מיינונג איז, אז דער ענטפער אויף די יעצטיגע מוישן וועט זיין מיט א ענטגילטיגע פסק אויף דעם כלליות'דיגן סכסוך, במילא וועלן זיי זיך אנשפארן דן צו זיין אויף יעדע עקסטערע מוישן,
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-26/5/2006 17:45 |
|
| |
מיין מיינונג איז, (דוכט זיך מיר אז איינער האט שוין געזאגט אזא מיינונג, אבער איך האלט אויך אזוי)
אויב די קאורט גייט אונז נאכגעבן די מאושען קומענדיגע וואך, אז אונז קענען מיר נוצען איינע פון די צוויי שולען, דאס מיינט אז אונז גיי מיר פארלירען די קעיס.
אויב געט ער עס נישט נאך, איז נישט זיכער אז אונז גיי מיר עס מאכען, אבער ס'איז דע גרעסערע שאנסען.
ונזכה ונחי' ונראה....
|
|
|
|
| נשלח ב-25/5/2006 21:55 |
|
| |
ברענגנייעס. דו שרייסט אומזיסט.
די זאליס האבן אנגעהויבן בויען די נייע שול נאך פאר די אהרונים האבן אריינגעגעבן די מאושען.
און די לאגיק פון די אלע טענות וואס מ'האט דא אויפגעברענגט איז בכלל נישט אוועקצומאכן.
איז דא א סיבה פארוואס דו טרייסט צו שפילן אפטימיזם?
|
|
|
|
|
| נשלח ב-25/5/2006 21:44 |
|
| |
דער גאנצער אפהאנדלונג וואלט שוין געמעגט זיין קלוגער
ווי יעדער פארשטייט איז די פסק פון ראזענוואסער זייער א שטארקע לטובת די ארונים*:namespace prefix = o />
אבער ווי יעדער האט געזעהן דעם סטעי אז די 4 שופטים פון די באראש קעיס האבן געגעבן מעג מען אליין פארשטיין אז זיי זענען נישט אזוי מיט ראזענוואסערס פסק
ועוד, די טי אר אוי פון ראזענווסער האט מען אפגעווישט און איהם געהייסען צו רעדן נאר פון די ביה"ח דארף יעדער בר דעת פארשטיין וואס דא גייט פאר
פארוואס די 4 זענען נוטה צו די זאליס קען יעדער אליין אפמאכן
די מציאות איז אז 3 ריכטער האסן נישט געגעבן און די 4 יא ווייזט אסאך
דער יד השם איז גרעסער פון די זאליס הענט און זייער קראפציע און נאר דאס קען העלפן און וועט העלפן
דאס אז באראש דעסזישען איז נישט ארויסגעקומען און חודש אויף יונואר האבן די זאליס געזאגט דאן איז א שלא בדרך הטבע , זעהט מען דעם יד השם עפעס,עפעס, זאל דער עולם מתפלל זיין פארן אמת וואס איז דאך נישט קיין ספק אז קושתא קאי שיקרא לא קאי
יעדן ליאדע מינוט קען פאסירן א דריי לטובה מען קען קיינמאל נישט וויסן
אבער ווי עס זעהט אויס בדרך הטבע איז אז די 4 גייען נישט גיין לטובת בערל פריעדמאן
תוקן על ידי - מתעסקים - 25/05/2006 22:24:55
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-25/5/2006 02:20 |
|
| |
בא ללמד
וואס האטסו אפגעמאכט אז צוליב דעם דארפסטו שפילן פעסעמיזם
איצט צוויי פראגעס
ווען מיר בעטן אז מיר זאל שוין יעצט באקומען דעם גרויסן שוהל [סארי האלבע צייט ראדני אז נישט גרויסע שוהל] מיינט אז מיר האלטן נישט אז מיר גייען געווינען
פארוואס איז דאס אז מיר נעמען די זאליס טענות פון פוירטס אמענדמענד, רעלידזשעס פרידאם, ווייאלענס, און מיר דרייען עס אויס קעגן זיי, פארוואס איז דאס א סימן פון שוואכקייט
פארוואס ווען די זאליס באמערקן/שמעקן אז מיר גייען אין קאורט אויפן גרויסן שוהל, הייבן זיי אן בויען און ווילן נוצן די טענה אז זיי "מוזן" "ביידע" בילדינגדס אויף "איינמאל" פארוואס איז דאס אז סימן פון שטארקייט
|
|
|
|
| נשלח ב-25/5/2006 01:32 |
|
| |
איך הער אז זיי האבן געשמירט פעך אויפן דאך, -אויף צייטווייליג- כדי עס זאל נישט אריין רעגענען, און נישט קיין סעמענט,
א זאך וואס וועט זיין א גרויסער פראבלעם ביים בויען,
ווייל מ'וועט דאס דארפן אראפ נעמען.
|
|
|
|
| נשלח ב-24/5/2006 23:50 |
|
| |
ווען מען גייט אדורך דעם נייעם ביהמ"ד, און מען זעט די צעמענט וואס די זאליס גיסן דארט, קוקט אויס קלאר אז די זאליס האלטן אז זיי האבן שוין "צעמענטירט" זייער אורטייל ביים אפעלאט געריכט... איך ווייס אז עס גייט זיין ווער עס וועט שרייען אז איך זאג עס נאר ווייל מען דארף אזוי זאגן יעצט. אבער דער מציאות פון די זאליס צעמענט גיסן, און דער פארלאנג פון סאטמאר צו באקומען דעם נייעם ביהמ"ד "אויף דערווייל", צייגט קלאר פאר אונז קליינע מענטשעלעך אז עפעס ווייסן די קעפ... עפעס וואס איז זייער נישט גוט פאר אונז... ותשובה ותפילה וצדקה מעבירין את רוע הגזירה !!! זייט נישט שפעטער קיין צועקים על העבר, מיר דארפן מתפלל זיין באצייטנ'ס !!!
|
|
|
|
| נשלח ב-24/5/2006 22:49 |
|
| |
סארי יענקלע איך זע אין א אנדערע אשכול האסטו שוין געטוישט די תגובה האב איך געשריבן נישט זעענדיג יענע אשכול
יעצט פארשטייסטו שוין פארוואס מען דארף נישט האבן 2 אשכולס אויף די זעלבע נושא
|
|
|
|
| נשלח ב-24/5/2006 22:46 |
|
| |
אזוי ווי קעי דזשי ווילידזש האט זיך זייער באליידיגט ווייל איך האב געפרעגט יענקעל וועגן וועלכע פאנט ער ניצט וויל איך מיך אנטשולדיגן און איבער זאגן
א ריזיגען ישר כח יענקעלע פאר דיין געלונגענע ארבעט שכח שכח
אבער אויב איך מעג בעטן א קליינע טובה זיי מיר מוחל אויב דו קענסט שרייבן אויף אריאל 10 אזוי ווי יעדער שרייבט נישט ווייל איך קען דיר נישט ליינען ח"ו נאר ס'איז גרינגער פאר מיינע אויגן די פאנט נאכאמאל במחלות כבודך הרמה א דאנק פון פאראויס פאר אלעם
KJ יעצט ביסטו שוין רואיג און צופרידן?
|
|
|
|
|