פארגאנגענעם ל"ג בעומר ביינאכט, ווען עס איז אריינגעקומען צו כבוד קדושת מרן רבינו הגאון הקדוש שליט"א א איד ר' ב.ב. פון וויליאמסוברג (ער האט נישט געגעבן קיין רשות מפרסם צו זיין זיין נאמען) וואס האט געהאט געשריבן אין זיין קוויטל איינער פון זיינע קינדערס נעמען חיים משה זעליג, ווען ער הייסט באמת'ן חיים אשר זעליג, האט זיך רבינו הגה"ק שליט"א מיט זיינע הייליגע אויגן, אפגעשטעלט ביי דעם נאמען און איבערגעזאגט עטליכע מאל דעם נאמען, ביז ר' ב.ב. האט זיך געכאפט און טאקע געזאגט פאר רבינו שליט"א אז ס'איז א טעות, רבינו שליט"א האט אליין פאראכטן דעם נאמען בכתב יד קדשו. אשרינו מה טוב חלקינו! רבינו הקדוש זי"ע הכ"מ האט גוט געוויסט ווער ס'זאל זיין ממלא מקומו הקדוש והטהור.
נשלח ב-25/5/2006 03:52
איך האב שוין געהערט דערפון שבת , א עכטער איד א תלמיד חכם אין זעלטענע לב טוב דער סיגוטער
וואלט זיך געוואונטשען אז אזא איד זאל אפי' געבן די האנט פאר אים לאמיר נישט רעדן פין א
קוויטל , אבער די מחוצפים האבן נישט קיין פראבלעם ער וועט ווערט א בעל דמיון , ליצים זאגן
ווען ואלט ווען געווען רז"ל אין צייטן פין בעל שם וואלט קיינמאל נישט געווען אזא זאך ווי
חסידות אויפן וועלט!
תוקן על ידי - wassa_dif - 25/05/2006 5:09:22
נשלח ב-25/5/2006 04:20
דערסיגעטור. די שרייבסט
אבער די מחוצפים האבן נישט קיין פראבלעם ער וועט ווערט א בעל דמיון
איך וויל דיר בעטען א זאך, וואס עטליכע האבן דיר שוין געבעטען!! אדער הייב אן צי שרייבען עמטליך ווי א זאלי -מ'וועט דיר פינקט אזוי אויסהערן- אדער הייב אין צי שרייבען אין סיגוט'ער פורום
איך האב אויך א חשד ער איז א סיגוטער
תוקן על ידי - 911zalis - 25/05/2006 5:20:35
נשלח ב-25/5/2006 05:40
איך האב אויך די זעלבע חשד אויף דעם סיגעטער און איך האב עס שוין געשריבן און די אנדערע פורום,
אבער איך וויל דא בעטן דעם עולם פון יעצט און ווייטער צו סטאפן מיט די זאכן ער איז א סיגעטער יענער איז א סיגעטער, אסאך אשכול'ס ווערן אפגעהארגט וועגן די משוגעת פון עולם (איך אליין האב עס שוין אויך געטון אפאר מאל) גענוג איז גענוג.
תוקן על ידי - שפיטצער06 - 25/05/2006 5:45:52
נשלח ב-25/5/2006 05:51
אשרינו מה טוב חלקינו!
נשלח ב-25/5/2006 06:05
יעצט צוריק קימענדיג פין ביהמם"ד ענדיגנדיג דעם עמוד איך קום ארויף אויפן פארק אין איך בין א קרבן , KJ וואס מאכט דיך האלטן אז איך בין א סיגוטער ? זיי מיר חושד ענדערש אין ראטעווען די קהלה דא אין בארא פארק פארוואס א סיגוטער?
נשלח ב-25/5/2006 19:56
דער סיגוטער זיי קענען שרייען בעל דמיון ביז מארגען
יעדער ת"ח וואס טוט אין עניני אבן העזר און אין די קאמפליצירטע שאלות פון נעמען ביי כתובות וכדומה (וואס ווי באקאנט שיקן זייער אסאך גדולי התורה צום רבי'ן זאל זיין געזונט פרעגן בנוגע די עניניםוואס ער איז שטארק בקי) ווייסט אז אשר און זעליג איז איין נאמען דעריבער ווען דער רבי האט געליננט משה זעליג האט ער זעט אויס פארשטאנען אז מן הסתם הייסט ער נישט משה אשר זעליג נאר ס'איז א טעות הכתיבה און ער הייסט נאר אשר זעליג
חכם עדיף מנביא
אשרינו מה טוב חלקינו
נשלח ב-26/5/2006 20:07
איך ווייס נישט צו דער סיגוטער איז א זאלי- עס אינטערסירט מיך נישט.