ובפרט, ובפרט, אז דער שלעגער און טעראריסט דזשינא קאהאנא און זיינע מערדער שלאגן און רודפ'ן אומשולדיגע מעמבערס טאג איין, טאג אויס איז דאך זיכער אז דאס געזעץ ערלויבט צו געבן פאר בערל פרידמאנ'ס גרופע די ראדני שול אויף געוויסע צייטן, אדער די נייע שול.
די צווייטע זייט פון די MALANKARA קעיס
נשלח ב-25/5/2006 22:16
לויט ווי איך האב געהערט, ווענדט זיך עס לויט וויאזוי זיי פלאנען צו אורטיילן אויף דעם גרויסן
קעיס.
אויב זיי האלטן עס ביים געבן פאר די אהרונים, איז מסתבר אז זיי גייען עס נישט נאכגעבן, און
ענדערש ווארטן צו פארטיגן, העכסטנס וועלן זיי אביסל צויאגן דעם אורטייל.
אויב אבער זיי פלאנען זיך ארויסצודרייען דורך טענות פון רעליגיע אד"ג, וועלן זיי מסתמא יא
געבן די נייע ביהמ"ד פאר די אהרונים, זיי פארשטייען אויך זייער גוט ווער עס איז באמת געווען
קהל יטב לב, און אז מ'קען נישט נעמען טויזנטער אידן און זיי לאזן אן א דאך איבערן קאפ.
ווי אויך וועט דאס עטוואס שוואכער מאכן דעם נקמה פארלאנג פון די אהרונים, וואס זיי ווייסן
זייער גוט אז עס לוינט זיך זיי וואס ווייניגער צו פארטשעפען מיט אזא מעכטיגע ארגאניזאציע.
איז עס ריכטיג ? ונזכה ונחיה ונראה.
נשלח ב-25/5/2006 22:17
איך האלט זיי גייען דאס נישט נאכגעבן
זשוליאני
וואס הייסט זיי האבן עס אנגענימען די מושען איז ביז היינט נאך נושט געווען זיכער אז זיי נעמען עס אן?
נשלח ב-25/5/2006 22:44
איך האלט אז מען דארף נישט זיין אזוי פעסימיסטיש מיטן אייבעשטען'ס הילף קען מען האבן ביידע סיי יעצט פאר שבועות געווינען און סיי די גאנצע קעיס דהיינו בלייבן מיט ראזענוואסערס פסק
און חלילה אויב נישט דארף מען זיך אויך נישט זארגן איך האב שוין אין טאש גרייט 1000 דאלער פאר די קומענדיגע אלף שמות
איין זאך דארף מען געדענקען צו לאנג וועלן מיר נישט בלייבן אן די גרעסטע בילדינגס און וויליאמסבורג די חילוק איז נאר וויאזוי געלט וועט זיין נישט דורך גרויסע ביישטייערונגען פון מחרחרי ריב ווי בראך זופניק יאקאבאוויטש קאהן ועוד וואס געבן געלט פאר לויערס און אלעס זיך צו שלאגן נאר נישט צו בויען
נאר דורך די קליינע נדבות פון אונז חסידים קען מען בויען א מעכטיגע אפאראט פון תורה עבודה גמילות חסדים ווי היסטאריע האט שוין אויפגעוויזן!!!!
פון דארט ווי מען האט גענומען געלט פאר די ערשטע צוויי שבתים פון דארט פון ווי קהל האט גענומען געלט תשנ"ו אנצוהייבן בויען די נייע שול פון דארט קען מען האבן געלט פאר נייע שולן און מוסדות אויך
משא"כ די זאליס קענען נאר האבן געלט פאר לויערס אבער נישט געלט צו בויען
ונזכה ונחי'
תוקן על ידי - פאטאקי08 - 25/05/2006 22:54:27
נשלח ב-25/5/2006 23:37
איך האב געמיינט צו זאגן:
אז זיי האבן עס אנגענומען אויסצוהערן קומענדיגע וואך איידער שבועות. יוני 1. ווייל זיי זעען אז דאס איז אן עמוירזשענסי.
די שאלה איז, וויאזוי זיי וועלן פסק'ן.
נשלח ב-25/5/2006 23:44
זשוליאני
ווען דארפן די זאליס ענטפערן אויף סאטמארס פעיפערס?
מארגן פרייטאג?
נשלח ב-26/5/2006 07:46
היינט ערש"ק דארפן זיי אריינגעבן פאפירן אפמופרעגן די פאפירן וואס קהל האט אריינגעגעבן, און נעקסטע וואך דינסטאג דארף קהל ענטפערן אויף זייערע פאפירן, און מיטוואך גייען די ריכטערס האבן א זיצונג, און אי"ה דאנערשטאג וועט קומען אן ענטפער.
זייטס מתפלל!
נשלח ב-4/6/2006 09:00
ביז דערווייל איז זשוליאני גערעכט געווען לאמער יעצט זעהן אויב בא ללמד וועט אויך זיין גערעכט
נשלח ב-5/6/2006 00:25
עס האט גארנישט מיט די גרויסע קעיס. ZERO.
איך האב געקלערט פון אנהייב אז זיי וועלן אונז נישט נאכגעבן און ווען מיר האבן עס אריינגעגעבן, האבן מיר דאס אויך פארשטאנען