קהל_יטב_לב:
ניין! רבינו הקוה"ט זצ"ל האט אונז ווידער נישט אנטוישט!!!
נאר ווען ער האט געהייסן אז זיין ממלא מקום זאל דייקא זיין כ"ק רבינו שליט"א, און דוקא הוא ולא אחר, האט ער גוט געוואוסט, און נאך ווי, וואס ער טוהט!
און ווער עס האט נאך אלץ געהאט די מינדעסטע משהו של פקפוק של ספק, האט זיך היינט ווידעראמאל איבערצייגט באשיינפערליך אז דאס איז געווען רצון קדשו פון הייליגן רבי'ן ז"ל, בשעת די דברות קודש שיצא בפירוש מפי כהן גדול דער רבי שליט"א ביים דינער לטובת מוסדות יטב לב, פארלאנגענדיג נישט עפעס אנדערש ווי: אז יעדער קיינער טאר נישט פירן קיין שום וויכוחים און פילפולים בנוגע די פאליטיק!!!!.....
יא! יא! און נאכאמאל יא! אזא רבי האבן מיר געוואלט פארמאגן, און אזא מנהיג האט רביה"ק זצ"ל געוואלט אז מיר זאלן האבן, און אזא ממלא מקום האט ער אונז מוריש געווען!!!
חסדי ה' כי לא תמנו כי לא כלו רחמיו.
חזק חזק ונתחזק!!!
|
|