| נשלח ב-26/5/2006 00:03 |
|
| |
כ"ק אדמו"ר מגלאנטא שליט"א נעמט א צד?
אין דער איד שטייט אז כ"ק אדמו"ר מגלאנטא שליט"א גייט רעדן ביי די קיום התורה פון די סיגעטער.
מיינט דאס אז ער האט גענומען א צד?.
איך וויל אים נישט איינטיילן חלילה, און אוודאי נישט טעראזירן, אבער אזוי ווי היינט נאכט קומט פאר די גמר הבנין מסיבה פאר גלאנטער ביהמ"ד, און אלס מתפלל קבוע אין גאלאנטא און שטארקער מעריץ פון הגה"צ מגלאנטא שליט"א, האב איך אנגעגרייט א סכום הגון צו טראגן היינט נאכט, אבער אויב איז עס אמת אז ער גייט דארט רעדן זינטאג קען איך במחכ"ת נישט געבן דאס געלט ווייל איך קען נישט שטיצן א נותן יד לפושעים.
נאכאמאל, איך וויל אים נישט איינטיילן וואס צו האלטן, אבער איך וויל נישט איינער זאל מיר איינטיילן
|
|
|
|
| נשלח ב-26/5/2006 20:05 |
|
| |
חברה
עס איז נישט קיין מציאות בשעולם צו זיין נייטראל ביי די סאטמארער מערכה.
יעדער האט גענומען א זייט.
מען דארף קלאר שטעלן הלנו הוא או לצרינו!!!!!!!
|
|
|
|
|
| נשלח ב-26/5/2006 19:04 |
|
| |
הגאון האדיר ר' מענדל זילבער שליט"א, אב"ד פריימאן, און ראב"ד התאחדות הרבנים, האט געהאלטן א
הספד אויף רביה"ק זי"ע הכ"מ ככלות השבעה אין ביהמ"ד הגדול אין קרית יואל. וואו ער האט קלאר
און דייטליך ארויסגעברענגט פאר טויזנטער אידן זיין דעת תורה, און מקבל געווען כ"ק רבינו
שליט"א אלס ממלא מקום.
|
|
|
|
| נשלח ב-26/5/2006 18:54 |
|
| |
ר' מענדל זילבער האט גערעדט ערגיץ אדער געקימען צום טיש? ר' ישראל חיים הורוויץ, ר' חיים וואזנער זענן רבנים אין סאטמאר, איך האב גערעדט פון נישט איינגעשטעלטע, ווייל אויב רעכענסטו אייגענע איז דא ר' געציל שליט"א ועוד. ר' אשר מרגליות, גערעכט, פארגעסן.
|
|
|
|
| נשלח ב-26/5/2006 18:44 |
|
| |
דעבאטירן, נישט מסכים ! ! !
דו האסט נישט קלאר געליינט מיין תגובה, איך האב געמאכט א קלארן חילוק צעווישן גיין צו זיי און רעדן ביי זיי, לאמיר זיך נישט נארן, לאמיר זאגן א ביישפיל, א רב וואס איז באמת נוטה צו אונז, און וואלט קיינמאל נישט געגאנגען צו זייערע מסיבות, האט א מתפלל, צו גאר א גבאי אדער א ראש הקהל אין זיין בית המדרש, און נאך דערצו איז ער א עושר וואס שטיצט עם כסדר, און ער קומט עם איינלאדענען צו זייער קיום התורה, ווייל מען גייט דארט אנערן עם אדער זיין טאטן/שווער, מיינסטו אז ער וועט עם אפזאגן, זיכער אז נישט, ער ועט זיך דארט באווייזן פאר א 5-10 מינוט, זיס שמייכלען צו דעם באטרעפענדן, און ויצא, ער פוצט אפ פון דארט, און ער האפט אז קיינער אנדערשט האט עם ניט באמערקט, אבער אנקומען, און לעקן און חנפענען מיט א דרשה, איז שוין אנדערשט, דאס איז שוין יא קלאר גענומען א שטעלונג.
|
|
|
|
| נשלח ב-26/5/2006 18:38 |
|
| |
יא.
ער האט ביים הספד אין סאטמארע ביהמ"ד אין לאנדאן געזאגט אז מ'דארף מקבל מרות זיין פון רבי'ן
זאל זיין געזונט. ביי די סיגוטער האט ער גארנישט געזאגט.
|
|
|
|
| נשלח ב-26/5/2006 18:36 |
|
| |
ר' חיים וואזנער?
|
|
|
|
| נשלח ב-26/5/2006 18:33 |
|
| |
פארוואס האסטו ארויסגעלאזט ר' מענדל זילבער, ר' ישראל חיים הורוויץ, ר' חיים וואזנער, ר' אשר
מרגליות, ועוד ?
|
|
|
|
| נשלח ב-26/5/2006 18:24 |
|
| |
פאר אונז האט זיך שוין ארויסגעשטעלט אפען
1) הגה"צ הישיש מאודווארי שליט"א ביים הספד ביי די הקמת מציבה
2) הגאון ר' אברהם יושע העשיל ביק שליט"א ביי דרשות
3) כ"ק אדמו"ר מהרא"א מספינקא שליט"א געקומען צום טיש
4) הגאון ר' ישראל דוד הארפענעס שליט"א געקומען צום טיש
ואחרון חביב הגה"צ ר' שמואל בנימין קרויס שליט"א וואס איז געקומען צופארן אויף שבת.
|
|
|
|
| נשלח ב-26/5/2006 18:11 |
|
| |
די גאנצע דיסקאשען איז סתם נאריש.
אונז דארפן שוין יעצט אפמאכן אז ווער ס'וויל קען גיין וואו ער וויל, יעדער מעג גיין צו די
זאליס, יעדער מעג נעמען וואסערע צד ער וויל.
די איינציגע זאך וואס יא, אויב וויל איינער נעמען א זייט, דארף ער זיין גערישט אז פון
אונז וועט ער גארנישט באקומען.
דעט'ס אלל.
אויסער דעם דארף מען ווארטן ביז מאנטיג נאכט צו זען וואס ער גייט באמת זאגן.
דער איינציגסטער וואס האט ביז היינט עכט גערעדט פון דעם שטריק איז נאר אייזיק ספינקער, דער
גרעסטער רבי אין די וועלט... אלע אנדערע האבן קוים א טובה געטון און דערמאנט א ווארט. אפילו
די פעיראלל דיינים האבן אויך קוים געצאלט LIP TAX פאר דעם עם הארץ.
|
|
|
|
| נשלח ב-26/5/2006 18:07 |
|
| |
צום ייטב לב דינער גייט ער אויך קומען סתם באשיינען דעם אויבן אן?
|
|
|
|
| נשלח ב-26/5/2006 18:03 |
|
| |
יענקעלע
מסכים און נישט מסכים
מסכים אמת, גיין צו א מסיבה, באשיינען א אויבנאן, האלטן א רעדע מיינט נישט קיין סאך, בעסער געזאגט עס מיינט נישט גארנישט
נישט מסכים די כלל איז נאר אין פרידענס צייטן, יעצט איז א האקעלע צייט, א אנגעצויגענע צייט, א הייסע צייט, בפרט ביי די זאלי'ס, וואס יעדער זעהט קלאר און באשיינפעריך אז די וועלט האט זיי נאכנישט אנארקענט פאר רבי, ווער רעדט אז רובא דרובא וועלט ווייסט קלאר א דער גאצער ציבור פון רבינו בעל ברך משה זי"ע איז ביי אונז, איז ממילא גיין איצט און באשיינען דעם אויבנאן און נאך האלטן א רעדע, [וואס אויב ווייל ער נישט פיזישע פעטש וועט ער רעדן בשבחו פון רז"ל אין גרויסן] מיינט, און עס מיינט גענומען א שטעלונג
ביזטו צוריק מסכים מיט מיר?
|
|
|
|
| נשלח ב-26/5/2006 17:30 |
|
| |
דעבאטירן, זייער גיט, ! ! ! נאר איין זאך איז לדעתי וויכטיג צו וויסן, לא הרי זו כהרי זו, ס'איז א גרויסע נפקא מינה פון גיין צו ביידע פארטייען, ווי צו נעמען אן אקטיווע ראלע ווי צו רעדן און קאמפעינען פאר איין צד, יעדער רב, רבי, דיין, אדער שיינער איד, ובפרט אזעלעכע וואס לעבן פונעם ציבור, מעג און אפשר גאר דארף, גיין צו ביידע, ער מיינט דאך נישט יענעם, ער מיינט דאך נאר זיך, פונקט ווי א סוחר וועט נישט זאגן פאר איינעם, איך קען דיר נישט פארקויפן ווייל דו באלאנגסט צום צד השני, ער מיינט דאך נאר פרנסה, סא, היינט קומט ער אהער, מארגן גייט ער אהין, און ביני לביני איז ער נהנה פון יעדן, און ס'איז זיכער אז ער פארדינט נישט מען זאל עם חלילה באשטראפן דערוועגן.
אבער איינער וואס נעמט א עמטלעכע שטעלונג, גייט רעדן דארט, קאמפיינען און פראמאטן זייער צד, דער נעמט קלאר א שטעלונג, און כאטש יעדער איז בארעכטיגט אפצומאכן ווי ער וויל באלאנגען, אבער פונקט אזוי איז יעדער בארעכטיגט וועמען ער וויל שטוצן, אמת, מבזה זיין און מבייש זיין, און אוודאי פערזעלטליך מצער זיין, טאר מען זיכער קיינעם נישט, אבער ס'איז א ווייטער מהלך פון מבזה זיין ביז שטוצן. כן נראה לפענ"ד.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-26/5/2006 17:12 |
|
| |
100פראצענט גערעכט, איך האב נישט געזאגט אז מ' זאל אים עפעס טון, איך וויל אבער אזא איינעם נישט שטיצן, זאל ער באשליסן וואס עס לוינט זיך אים ענדערש.
דאס וואס די זאגסט ער גייט רעדן ווייל מ' האט אים מכבד געווען איז פאלש, וועט ער דען גיין רעדן ביי א אגודה קאנווענשן, א רב קען נישט גיין רעדן אויף א פלאץ וואס איז נישט לרוחו אפילו מ' באצאלט אים.
און דאס איז די טאקטיק פון די סיגעטע אריין צוכאפן רבנים.
|
|
|
|
| נשלח ב-26/5/2006 17:05 |
|
| |
יעדער דארף און ברויך זיין אפגעהיטן אין כבוד תלמיד חכם, און אכטונג געבן ווען מען שרייבט פון א ת"ח
למעשה איז אזוי,
עס איז א פראגע, איבער גאלאנטער רב שליט"א אלץ אים פערזענליך, און אלץ התאחדות הרבנים
עס איז א פראגע, איבער זיין התחייבות צו אונז פערזענליך און אלץ התאחדות, און אונזער התחייבות צו אים
אבער קודם אן הקדמה,
עס איז גאנץ קלאר, אז איצט אין טעג און וואכן נאך די פטירה פון רבינו בעל ברך משה זי"ע, איז יעדע פעולה מער זאגבאר און זאגנ'דיג ווי סתם א צייט, ממילא יעדע שריט יעצט איז מער בולט, און זאגט מער, דעריבער איז עס מער מחייב
יעצט צוריק צו ענין
גאלאנטער רב שליט"א איז אונז נישט ספעציעל שולדיג, [אפשר איז דא עפעס וואס איך ווייס נישט], און די זעלבע צייט זענען מיר אים גארנישט שולדיג [אויך איז אפשר דא וואס איך ווייס נישט], דעריבער איז גאלאנטער רב שליט"א בארעכטיגט צו גיין און קומען ווי ער וויל
אבער, עס איז קלאר, [איך גלייב נישט אז איך וועל זיין 'ראנג' מיט דעם] אז אויב וועט ער רעדן דארט, וועט ער רעדן פון דער ארטיגן רבי - רז"ל - די פראגע איז נאר וויפיל, ממילא איז קלאר אז סוף נאכט פון זייער מסיבה וועט ער האבן גענומען א שטעלונג
יעצט צו התאחדות, התאחדות איז אונז זייער אסאך שולדיג, יעדעס מאל וואס מיר האבן עפעס געבעטן פון רעבע איצא האט ער אונז קיינמאל גארנישט געגעבן, און פון די צווייטע זייט ווען די זאליס האבן אים עפעס געבעטן האבן זיי דאס באקומען, ועל כולם, פילע זאכן וואס זענען געגן קלארע הלכות אין שולחן ערוך, ווער רעדט שוין פון פארשמיצן התאחדות, און ווילאנג די רבנים ווי גאלאנטער רב שליט"א זיצן דארט און שפילן א מיינונג, און ווילן נהנה זיין פון די קאמפאני זענען זיי שולדיג אלץ מיטשפילער, ווילאנג זיי דערקלערן נישט פארקערט ווי הגר"מ זילבער שליט"א האט שוין געטאן אומצאליגע מאל
פון די צווייטע זייט, ווייס איך נישט וואס מיר זאלן שולדיג זיין פאר התאחדות, אויב עפעס רעכענען מיר זיך צופיל מיט זייערע דעת תורה'ס
איז דעריבער, יעצט ווען די קהלה ווערט אויפגעפרישט און ווידער ארגענעזירט, דארף איינס פון די וויכטיגע יסודות זיין, אז מיר בעטן גארנישט פון קיינעם און קיינער איז אונז גארנישט שולדיג און מיר זענען גארנישט שולדיג פאר קיינעם, אבער נאך א זאך, וואס איז פיל וויכטיגער, דער עבר האט געוויזן אז מען קענען נישט לעבן מיט צוויי געגענגעזעצטע זאכן, ווי דינען צוויי פארקערטע פארטייען אויף איינמאל
איז דעריבער, דארפן מיר קלאר שטעלן פאר אלע רבנים, אלץ זיי פערזענליך און בעיקר אלץ קערפערשאפטן, מיר ברויכן ברוך השם צו קיינעם נישט אנקומען, און מיר זיכן דאס אויך נישט, אויב ווילט איר מאכן א שותפות לשם שמים מיט אונז, דאן האבן מיר איין תנאי און נאר איין תנאי, אדער מיט אונז, אדער נישט מיט אונז, דאס קומען דא, און נאכדעם גיין דארט אפצאלן, צו פארקערט גייט דארט און נאכדעם לעקן דא, ברענגט נאר קאפווייטאג, און נאר אזוי וועלן מיר זיך פארשפארן אומצאליגע אומזיסטע קאפ וויי
איז דעריבער, יעצט ווען די צייט איז נאך הייס, און יעדע פעולה איז א סטעיטמענט, צו איינער וויל דאס איינזעהן און אנארקענען צו נישט, איז ווען גאלאנטער רב שליט"א, אלץ גאלאנטער רב און אלץ התאחדות, ווען ער גייט צו די זאליס - און וועט אוודאי באזונגן רז"ל - דערקלערט ער טריישאפט פאר די זאלי'ס, ער בארעכטיגט זיי, ער מאכט זיך לעגעטים - איך ווייס אז עס וועלן זיין דא וואס וועלן שפילן בת היענה, איך וואונטש זיי אלעס גוטס - דעריבער קען ער נישט נאכדעם, און מיר וועלן אים נישט לאזן, שפילן דעם הין און צוריק שפיל, ער איז בארעכטיגט צו האלטן וואס ער וויל, ווי געשריבן ער איז גארנישט שולדיג, אבער מיר ווילן נישט נאכדעם שפילן דער נארישן שפיל
איז דעריבער, איך האלט נישט אז מען מעג בארעדן דעם גאלאנטער רב שליט"א, אבער ער מוז פארשטיין, אז נאך די מסיבה וואס ער וועט דערקלערן זיך אלץ א שטיצער פון יענע פארטיי, איז זיין מיינונג איז מער נישט מחייב [כלשונו פון הגר"א לייטנער שליט"א על קאשויער רב ז"ל] און סיי ער און סיי התאחדות, זאל גיין מאכן ביזנעס געשעפטן מיט אנדערע אונז זאל זיי אפלאזן,
עס מיינט נישט און עס טאר נישט מיינען אז מיר דערקלערן ח"ו קריג קעגן אים, אדרבה אז ער וועט קומען נאך געלט, וועט מען אוודאי געבן א נתינה הגונה, אבער נישט אז מען איז אים עפעס שולדיג, ער לעבט ער מעג לעבן, ער זאל לעבן עמו"ש, ער זאל אונז אבער אויך לאזן לעבן
אדרבה, וואס זאגט איר
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-26/5/2006 16:44 |
|
| |
מענטש, אבסולוט, אז מ'רעדט ביי יענמס דינער פאטנריזירט מען עס, דירעקט צו אומדירעקט,
טאמיר איז עס פרנסה... למשל א בדחן אדער א שפילער דעמאלס איז נישט שייך און ביסט גערעכט
אבער דא גלייב איך נישט ס'איז פרנסה... עפעס ליגט דא באגראבן טיפערס,
|
|
|
|
|