|
|
| נשלח ב-26/5/2006 18:07 |
|
| |
צום ייטב לב דינער גייט ער אויך קומען סתם באשיינען דעם אויבן אן?
|
|
|
|
| נשלח ב-26/5/2006 18:11 |
|
| |
די גאנצע דיסקאשען איז סתם נאריש.
אונז דארפן שוין יעצט אפמאכן אז ווער ס'וויל קען גיין וואו ער וויל, יעדער מעג גיין צו די
זאליס, יעדער מעג נעמען וואסערע צד ער וויל.
די איינציגע זאך וואס יא, אויב וויל איינער נעמען א זייט, דארף ער זיין גערישט אז פון
אונז וועט ער גארנישט באקומען.
דעט'ס אלל.
אויסער דעם דארף מען ווארטן ביז מאנטיג נאכט צו זען וואס ער גייט באמת זאגן.
דער איינציגסטער וואס האט ביז היינט עכט גערעדט פון דעם שטריק איז נאר אייזיק ספינקער, דער
גרעסטער רבי אין די וועלט... אלע אנדערע האבן קוים א טובה געטון און דערמאנט א ווארט. אפילו
די פעיראלל דיינים האבן אויך קוים געצאלט LIP TAX פאר דעם עם הארץ.
|
|
|
|
| נשלח ב-26/5/2006 18:24 |
|
| |
פאר אונז האט זיך שוין ארויסגעשטעלט אפען
1) הגה"צ הישיש מאודווארי שליט"א ביים הספד ביי די הקמת מציבה
2) הגאון ר' אברהם יושע העשיל ביק שליט"א ביי דרשות
3) כ"ק אדמו"ר מהרא"א מספינקא שליט"א געקומען צום טיש
4) הגאון ר' ישראל דוד הארפענעס שליט"א געקומען צום טיש
ואחרון חביב הגה"צ ר' שמואל בנימין קרויס שליט"א וואס איז געקומען צופארן אויף שבת.
|
|
|
|
| נשלח ב-26/5/2006 18:33 |
|
| |
פארוואס האסטו ארויסגעלאזט ר' מענדל זילבער, ר' ישראל חיים הורוויץ, ר' חיים וואזנער, ר' אשר
מרגליות, ועוד ?
|
|
|
|
|
| נשלח ב-26/5/2006 18:36 |
|
| |
ר' חיים וואזנער?
|
|
|
|
| נשלח ב-26/5/2006 18:38 |
|
| |
יא.
ער האט ביים הספד אין סאטמארע ביהמ"ד אין לאנדאן געזאגט אז מ'דארף מקבל מרות זיין פון רבי'ן
זאל זיין געזונט. ביי די סיגוטער האט ער גארנישט געזאגט.
|
|
|
|
| נשלח ב-26/5/2006 18:44 |
|
| |
דעבאטירן, נישט מסכים ! ! !
דו האסט נישט קלאר געליינט מיין תגובה, איך האב געמאכט א קלארן חילוק צעווישן גיין צו זיי און רעדן ביי זיי, לאמיר זיך נישט נארן, לאמיר זאגן א ביישפיל, א רב וואס איז באמת נוטה צו אונז, און וואלט קיינמאל נישט געגאנגען צו זייערע מסיבות, האט א מתפלל, צו גאר א גבאי אדער א ראש הקהל אין זיין בית המדרש, און נאך דערצו איז ער א עושר וואס שטיצט עם כסדר, און ער קומט עם איינלאדענען צו זייער קיום התורה, ווייל מען גייט דארט אנערן עם אדער זיין טאטן/שווער, מיינסטו אז ער וועט עם אפזאגן, זיכער אז נישט, ער ועט זיך דארט באווייזן פאר א 5-10 מינוט, זיס שמייכלען צו דעם באטרעפענדן, און ויצא, ער פוצט אפ פון דארט, און ער האפט אז קיינער אנדערשט האט עם ניט באמערקט, אבער אנקומען, און לעקן און חנפענען מיט א דרשה, איז שוין אנדערשט, דאס איז שוין יא קלאר גענומען א שטעלונג.
|
|
|
|
| נשלח ב-26/5/2006 18:54 |
|
| |
ר' מענדל זילבער האט גערעדט ערגיץ אדער געקימען צום טיש? ר' ישראל חיים הורוויץ, ר' חיים וואזנער זענן רבנים אין סאטמאר, איך האב גערעדט פון נישט איינגעשטעלטע, ווייל אויב רעכענסטו אייגענע איז דא ר' געציל שליט"א ועוד. ר' אשר מרגליות, גערעכט, פארגעסן.
|
|
|
|
| נשלח ב-26/5/2006 19:04 |
|
| |
הגאון האדיר ר' מענדל זילבער שליט"א, אב"ד פריימאן, און ראב"ד התאחדות הרבנים, האט געהאלטן א
הספד אויף רביה"ק זי"ע הכ"מ ככלות השבעה אין ביהמ"ד הגדול אין קרית יואל. וואו ער האט קלאר
און דייטליך ארויסגעברענגט פאר טויזנטער אידן זיין דעת תורה, און מקבל געווען כ"ק רבינו
שליט"א אלס ממלא מקום.
|
|
|
|
| נשלח ב-26/5/2006 20:05 |
|
| |
חברה
עס איז נישט קיין מציאות בשעולם צו זיין נייטראל ביי די סאטמארער מערכה.
יעדער האט גענומען א זייט.
מען דארף קלאר שטעלן הלנו הוא או לצרינו!!!!!!!
|
|
|
|
|